top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שטאט מאנטשעסטער אין הכנה דרבה צו געהויבענע ימי ביקור פון האאד' מסאטמאר

  • Bechatzros admin
  • לפני 17 דקות
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' יתרו ט"ז שבט | בחצרות הקודש

די הכנות צום ביקור המרומם פון כ״ק מרן אדמו״ר מסאטמאר שליט״א אין די שטאט מאנטשעסטער זענען אין פולן שוואונג, און די עסקנים הדגולים פון די סאטמארער קהלה ארבעטן פיבערהאפטיג אויסצוארבעטן אלע פרטים פון די געהויבענע טעג וואס מען וועט זוכה זיין מיטצולעבן בצל הקודש.


ווי שוין באריכטעט, נעמט דער רבי שליט״א אונטער דעם בליץ־נסיעה קיין מאנטשעסטער, קומענדיג באשיינען דעם מעמד חנוכת הבית פון דעם נייעם פראכטפולער היכל התורה וואס איז געבויט געווארן דורך די סאטמארער קהלה אין די שטאט, דער ערשטער היכל התורה אין מאנטשעסטער, וואס וועט זיין מיוחד בלויז אויף לימוד התורה, און טראגט דעם נאמען „לב אהרן“ על שם ספריו פונעם רבי׳ן שליט״א.


אין די טעג איז דער היכל התורה שוין גענצליך פארענדיגט, נאך די מאסיווע כחות וואס מ׳האט אריינגעלייגט אין די פריערדיגע חדשים און יארן דורכצופירן דעם קאמפליצירטן פראיעקט פון אהערשטעלן דעם היכל מיטן גאנצן פראכט און שיינקייט, אלס א מקום וואס זאל ברענגען דעם נויטיגן הרחבת הדעת פאר אידן קובעי עתים לתורה צוגלייך מיט תלמידי חכמים, זקנים עם נערים, וואס וועלן זיך דארט קובע מקום זיין ללימוד התורה.


דער היכל איז שוין ב״ה גענצליך פארענדיגט כליל בהדרו ויפיו, און אין די טעג ווערן די פראכטפולע ספרים־שענק וואס באצירן דעם היכל פון אלע זייטן, איבערגעפולט מיט די טויזנטער ספרי קודש פון אלע מינים, אז אויפן ערשטן טאג ווען דער היכל וועט אי״ה געעפנט ווערן, זאל דער קול תורה שוין גלייך קענען געהערט ווערן בקול גדול ולא יסף.


אין שוואונג פון די הכנות צום פתיחת שערי ההיכל האט הגה״צ אבד"ק סאטמאר מאנטשעסטער שליט״א אפגעשטאט א באזוך בין כותלי ההיכל, און איז איבערגעגאנגען אלע פרטים מיט די חשוב׳ע עסקנים וועלכע האבן געצייגט פארן רב שליט״א אלע איינריכטונגען פונעם היכל; דער רב שליט״א האט דערביי מחזק געווען די עסקנים ממשיך צו זיין בעבודת הקודש, זייענדיג א מקום וואס וועט זיכער מרים זיין דעם כבוד התורה אין די שטאט אויף א געוואלדיגן פארנעם.


אין די זעלבע צייט גייען אן די געהויבענע הכנות צום ביקור המרומם פון כ״ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א אין די שטאט, וואס איז באשטימט אויף קומענדיגן מאנטאג און דינסטאג פרשת תרומה הבעל״ט.


לויטן פלאן וועט דער רבי שליט״א אי״ה אנקומען קיין מאנטשעסטער אום מאנטאג תרומה, כ״ט שבט, אין די מיטאג־שטונדן, נאך׳ן פוקד זיין די פריערדיגע שעות דעם ציון המצוינת פון זקינו הגה״ק בעל קדושת יום טוב מסיגוט זי״ע ביומא דהילולא קדישא כ״ט שבט. במשך דעם באזוך וועט דער רבי שליט״א מחדש זיין זיו אורה פון דעם נייעם היכל און וועט קובע זיין די מזוזות על פתחי השערים.


מאנטאג אווענט וועט אי״ה אפגעראכטן ווערן דער גרויסער מעמד קבלת פנים צוזאמען מיטן מעמד חנוכת הבית פונעם נייעם היכל אין די גרויסער בית יעקב זאל אין די שטאט, וואס וועט זיין ספעציעל אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור חסידי סאטמאר תושבי העיר און געסט פון אנדערע מקומות אין אייראפע און פון אויסלאנד, וואס וועלן קומען צו פארן זיך מיטצופרייען בשמחתם שמחת התורה פון עדת חסידי סאטמאר אין מאנטשעסטער, וביניהם די נגידים בעם תומכי תורה במדה גדושה וואס האבן מוזיל געווען זהב מכיסם פאר די הקמה פון דעם נייעם היכל.


צומארגנס דינסטאג אינדערפרי, אדר״ח אדר, וועט דער רבי שליט״א דאווענען תפלת שחרית בהיכל ביהמ״ד הגדול דסאטמאר צוזאמען מיטן גאנצן ציבור חסידי סאטמאר, און מען וועט האבן די זכי׳ מיטצוהאלטן אמירת ההלל פון רבי׳ן שליט״א אין א יו״ט׳דיגע און געהויבענע שטימונג.


אזוי זענען די הכנות צום געהויבענעם באזוך אין פולן שוואונג, און עס קומען פאר נאכאנאנדע באראטונגען און מיטונגען צווישן די געטרייע עסקני הקהלה וועלכע לייגן אריין געוואלדיגע כחות מסדר צו זיין יעדן פרט פון די קומענדיגע געהויבענע טעג.


פארלאפענעם מוצש״ק בא איז אפגעהאלטן געווארן א צענטראלער אסיפת עסקנים אין עזרת נשים פון ביהמ״ד הגדול דסאטמאר, ביי וועלכן מ׳האט אויסגעשמועסט אלע פרטים און דעטאלן און מסדר געווען פארשידענע פרטים ארום די געהויבענע ימי הביקור; עקסטער האבן די עסקנים באזוכט אינעם גרויסן זאל וואו עס וועט אי״ה אפגעראכטן ווערן דער גרויסער מעמד קבלת פנים ומסיבת חנוכת הבית, ביי וועלכן מ׳האט אויסגערעכנט וויאזוי אויסצושטעלן דעם זאל אויפן בעסטן פארנעם צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן מעמד.



bottom of page