top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עדת חסידי מאחנובקא בעלזא פייערן "הכנסת ספר תורה" אריינגעגעבן בשותפות לכבודו פון האד' ממאחנובקא בעלזא

  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 5 דקות

זונטאג פ' תצוה • ה' אדר | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

מיט פייערליכע גיל וחדוה איז דעם פארלאפענעם דאנערשטאג אפגעראכטן געווארן בחצר הקודש מאחנובקא בעלזא דער מעמד נרגש "הכנסת ספר תורה" וואס איז געשריבן געווארן מיט א געמיינזאמע שותפות דורך כל קהל עדת חסידי מאחנובקא בעלזא בארץ ובגולה, יונג-און-אלט, לכבודו ולזכותו ולמתנת קודש פאר רועם הנאמן כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א. דער מעמד איז געפייערט געווארן אויפצומארגנס פון די חתונה אינעם רבינ'ס הויף, זייענדיג א יומא דפגרא פאר די הונדערטער חסידים, זקנים עם נערים, שותפי הספר.


דער געהויבענער מעמד האט זיך אנגעהויבן אין די נאכמיטאג שעה'ן אין היכל הכולל וואס איז סטאנציאנירט אינעם בנין התלמוד תורה אויף רחוב השל"ה אין בני ברק. פאר א לענגערע צייט האט דער מאחנובקער בעלזא קאפעליע אינאיינעם מיט'ן בארימטן בעל מנגן ר' יעקב דאסקאל הי"ו אנגעצינדן די הערצער מיט ווארעמע ניגוני התעוררות, הכנה און דביקות. צוליב דעם וואס דער היכל איז געווען צר מהכיל פארן ריזן ציבור חסידים, האבן די עסקנים צוגעשטעלט א גרויסע סקרין  ברחובה של עיר פארנט פונעם בנין וואו מען האט געקענט מיטהאלטן דעם גאנצן סדר המעמד לעבעדיג.


נאך די דברי הכנה פונעם חשוב'ן משפיע הגה"ח ר' הערשל גליק שליט"א, איז מען צוגעטרעטן צום סיום כתיבת האותיות. צום ערשט האט דער רבי מכבד געווען גיסו כ"ק אדמו"ר מיערוסלאב שליט"א, אריינצושריבן אן אות, און דאן האט דער רבי שליט"א אליין אריינגעשריבן די לעצטע אות אינעם ספר תורה מיט א קענטיגע התרגשות, בעת די קאפעליע מנגנים זינגען ניגוני התעוררות און ניגוני תורה מיט גרויס דביקות. דערנאך האט דער רבי געמאכט הגבהה, און הגאון רבי יעקב יהושע ענגלאנדער שליט"א ראש ישיבת מאחנובקא בעלזא איז געגאנגען גלילה.


דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד מיט'ן נייעם ספר תורה אין די הענט, טאנצנדיג לקול תרועת הזמר. די שמחה איז אריבער צו די גאסן פון בני ברק, וואו די תהלוכה האט זיך ארויסגעלאזט פונעם היכל הכולל בתופים ובמחולות דורך די גאסן פון רחוב השל"ה, ברטנורא און חזון איש. אונטער א פראכטפולער חופה איז דער רבי שליט"א געטאנצן מיט'ן ספר א גאנצע וועג ביז צום אלטן בית המדרש אויף רחוב רש"י, ווען מאסן חסידים אנגעטון בבגדי שבת, און הונדערטער קינדער מיט פאקלען באגלייטן דעם רבי'ן און די ספר תורה מיט א געוואלדיגער התלהבות. ביים אנקומען צום אלטן ביהמ"ד, האט דער רבי איבערגעגעבן דעם ספר תורה פאר'ן יערוסלאבער רבי'ן, און מען האט ממשיך געווען מיט פייערדיגע ריקודין צום ריכטונג פונעם בנין החדש, וואס געפונט זיך בשכינות וואו די בני משפחת המלוכה און נכבדי העדה האבן געטאנצן ביתר שאת ועוז.


מיט רגשי קודש האט מען דאן אריינגעפירט דעם ספר תורה צום נייעם היכל הביהמ"ד הגדול ההולך ונבנה אויפ'ן אויבערשטן שטאק, זייענדיג דער ערשטער מעמד אינעם נייעם היכל. ביים אנקומען צום בנין זענען קעגן געטאנצן מיט ספרי תורה די נכבדי העדה, חתנא דבי נשיאה הגה"צ יוסף מאיר מאסקאוויטש שליט"א, דומ"ץ הקהילה, הגה"צ יהושע ליבערמאן שליט"א, ראש ישיבת שומרי החומות, און הגה"ח ר' אהרן ברייש שליט"א, רב ביהמ"ד חלקת יעקב. ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען אינעם ריזן היכל, האט אפגעקלונגען דער אויסגעווייקטן בעלזער באגלייטן ניגון, וינועו אמות הסיפים, ווען דער פילקעפיגער ציבור הייבט זיך אין ריקודין קדישין מיט א געוואלדיגע התרגשות.


שטייענדיג ביים אריינגאנג צום בית המדרש, האט דער רבי מיט א קול נרגש אנגעהויבן מזמור לדוד חזן וקהל, און דערנאך צוגעגאנגען צום בימה און דארט געזאגט די איבעריגע מזמורים, דאן האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן די הקפות מיט אן אש להבה, און מכרכר ומפזפז געווען בכל עוז ותעצומות מיט די נייע ספר תורה בעת די הונדערטער חסידים טאנצן מיט אן אומבאשרייבלעכע התלהבות און שמחה של מצווה. דערנאך האט דער רבי מכבד געווען זיין שוואגער דער יערוסלאבער רבי'ן, און די בני משפחת המלוכה בנין וחתנין רבנן צו טאנצן מיטן ספר תורה בזה אחר זה, און דערנאך מכבד געווען דעם מעיאר פון בני ברק הרב חנוך זייברט און נאך חשובי ופני העדה.


צום סוף האט דער רבי ווידער איבערגענומען דעם ספר תורה און אפגעראכטן די לעצטע הקפה מיט א זעלטענעם התרגשות. אויפן ניגון 'שאו שערים' איז דער רבי געטאנצן אין ריכטונג פונעם ארון קודש און מיט טענץ און געזאנג אריינגעפירט דעם ספר תורה להיכל השם. נאך תפילת מעריב ברוב עם אינעם נייעם היכל, האט זיך דער ריזן ציבור אראפגעלאזט צום זאל וואס געפינט זיך אויפן אונטערשטן שטאק פונעם בנין, וואו עס איז אפגעראכטן געווארן די פראכטפולע סעודה לגומרה של תורה, וואס איז געווען געפלאכטן מיט די שמחת השבע ברכות און א גרויסארטיגער כינוס חסידי מאחנובקא בעלזא, וואו עס איז געווען רייך צוגעשטעלט א סעודה רחבה מיט בשר ודגים וכל מטעמים כיד המלך.


דער זאל איז געווען פול געפאקט עד אפס מקום דורך כל קהלא קדישא, זקנים, אברכים און בחורי חמד, און צוליב דעם גרויסן געדרענג האבן די עסקנים כסדר געמוזט צולייגן פרישע פלעצער פארן עולם וואס האט נישט אויפגעהערט צו שטראמען. אויפן הויכן צוויי-שטאקעדיגן אויבנאן האבן זיך אנגעזען פילע רבנים חשובים און פני העדה, צווישן זיי דער מחותן כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב שליט"א, און הגה"צ רבי אהרן שפירא שליט"א גאב"ד פרדס כץ.


ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען אין זאל, איז ער אויפגענומען געווארן בשירה וזמרה און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב פאר עטליכע מינוט, בעת דער ציבור טאנצט און שפרינגט מיט א פרישן התלהבות אפּגעבנדיג שבח והודי' להשי"ת. דערנאך האט דער רבי זיך געוואשן צום סעודת מצוה לכבודה של תורה און לכבוד שבע ברכות. דער יושב ראש המעמד הגה"ח ר' הערשל גליק שליט"א האט געעפענט די מעמד און מיט זיינע דבורים ארויסגעברענגט דעם גרויסן זכי' פון אריינגעבן א ספר תורה לכבודו פונעם רבי'ן, און אין די זעלבע צייט ווען מען האט דעגרייכט דעם פריידיגן מאמענט מחנך צו זיין דעם נייעם היכל השם. מיט גרויס התרגשות האט ער אנגעמערקט, אז אין דעם טאג מיט גענוי 57 יאר צוריק, אום ב' אדר תשכ"ט, איז פארגעקומען אויף דעם זעלבן ארט די חופה פונעם רבי'ן שליט"א אויפן שטח וואו עס שטייט היינט דער ביהמ"ד הגדול.


נאכדעם האט אויפגעטרעטן מיט דברים נלהבים הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א, גאב"ד מערב בני ברק, וועלכער האט ארומגערעדט מיט התפעלות איבער די הערליכע אנטווילקונג פון ק"ק מאחנובקא בעלזא, און ארויסגעברענגט אז פון די מתי מעט וואס ער אליין געדענקט נאך בימי הרה"ק מבעלזא זי"ע נאכן חורבן, איז אויסגעוואקסן אזא הערליכע אימפעריע לשם ולתהלה. דערנאך האט מען געזינגען מיט גרויס דביקות דעם קאפיטל "מזמור שיר חנוכת הבית", וואס מען זינגט אין בעלזא ביומין דחנוכה, און ממשיך געווען מיט שטאטע און פרייליכע ניגונים באגלייט דורך די קאפעליע מיט שירה וזמרה בתוף וכינור יזמרו לו.


נאכן טרינקען לחיים האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, ארומרעדנדיג בדרוש ואגדה איבער די מצוה פון כתיבת ספר תורה. בתוך דבריו האט דער רבי אויסגעדריקט רגשי לבבו מיט א טיפע הכרת הטוב פארן עסקן הנמרץ ר' שלום ענגלאנדער הי"ו, וועלכער האט גענומען דעם גאנצן פראיעקט אויף זיין פלייצע און געזארגט דערפאר מרישא ועד גמירא, און אנגעוונטשן אים ואיתו עמו אלע עסקנים און דעם גאנצן פארזאמלטן ציבור בברכות לרוב.


דער רבי האט אויסגענוצט די געלעגנהייט ווען עס זענען פארזאמלט כל קהל הקודש מעורר צו זיין אן ענין העומד על הפרק, רעדנדיג מיט א שארפקייט קעגן גיין אויף הפגנות. דער רבי האט באטאנט דעת קדשו פונעם הייליגן בעלזער רב זי"ע קעגן דאס אנטיילנעמען אין הפגנות. אפילו ווען דער רב זי"ע האט אמאל יא מתיר געווען צו גיין צו א הפגנה קעגן גיוס בנות, האט ער מתנה געווען אז דאס זאל זיין בלויז בדרך תפילה און חלילה נישט רעדן קעגן קיין שום איד. דער רבי האט באטאנט די שוידערליכקייט פון די הפגנות, זאגנדיג אז מענטשן מיט שלעכטע מדות נוצן אויס די געלעגנהייטן ארויסצווייזן בריש גלי זייערע מושחת'דיגע מדות אונטער א שלייער פון "לשם שמים".


נאך די דברות קודש האט זיך דער גאנצער ציבור אויפגעשטעלט אין פייערדיגע טענץ וואס האבן אנגעהאלטן א לאנגע צייט מיט אן התלהבות בל יתואר, בעת דער רבי איז מעודד די ריקודין מיט גרויס שמחה. דערנאך האט מען געהערט א דרשה נפלאה פון הגה"צ רבי יצחק דוד אלתר שליט"א, ראש כולל גור אין בני ברק, זון פון הרה"ק בעל פני מנחם מגור זי"ע וועלכער האט ארומגערעדט בגודל הזמן והמאורע.


צום שלוס זענען די חסידים ווידער ארויס אין פייערדיגע ריקודין, און דער גאנצער עולם איז אריבער וואונטשן לחיים ביים רבי'ן. אלס אות הוקרה פארן נדבן הסעודה הרה"ח ר' הערשל האפמאן שליט"א, האט דער רבי אים געשאנקען א הערליכן זילבערנעם בעכער. דער געהויבענער מעמד האט זיך געשלאסן אין די שפעטע שעה'ן מיט א געפיל פון התרוממות וואס וועט נאך לאנג אפקלינגען אין די הערצער פון די חסידים, און וועט בלייבן איינגעקריצט מיט גאלדענע אותיות בקורות ימי חצר הקודש מאחנובקא בעלזא.



bottom of page