top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות צום פרישן שידוך פון אייניקל ביי האדמור"ים מוויזניץ און סקווירא; שמחת הווארט במעונו פון האד' מוויזניץ אין מושב אורה

  • Bechatzros admin
  • לפני 5 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג פ' פנחס • כ"ב תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בביתו נאווה קודש פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין מושב אורה איז נעכטן ליל שישי אפגעראכטן געווארן די שמחת הווארט לרגל די שיינע שידוך ווען עס איז נכנס לברית האירוסין הכלה תחי' יונגסטער קינד פונעם רבינס איידעם הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרב דוד גראס שליט"א ראה"כ סקווירא בני ברק, זון פון הגה"צ ר' אברהם משה גראס שליט"א אבד"ק קערעסטיר בערבעשט און דיין אין שיכון סקווירא, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' שלמה גאלדמאן שליט"א, זון פון הגה"צ ר' שמואל גאלדמאן שליט"א מזוועהיל פון שיכון סקווירא.


די שידוך איז געשלאסן געווארן מיטוואך נאכט אין בני ברק און אויפצומארגנס דאנערשטאג איז פארגעקומען די שמחת הווארט במעון קדשו פונעם זיידן די וויזניצער רבי, מיט די השתתפות פון די גרויסער פעטער'ס הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, מ'האט זיך געוואונטשן דעם ברכת מזל טוב, און מ'האט געזינגן ניגוני שמחה ודביקות לכבוד די שמחה הרוממה. דער רבי שליט"א האט כנהוג איבערגעגעבן דעם גאלדענעם זייגער פארן חתן און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.


דעם קומענדיגן דאנערשטאג ווערט אפגעראכטן דער שמחת התנאים, ברוב עם הדרת מלך אין קרית וויזניץ בני ברק אין שפיץ פונעם ראש בית אב מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס וועט ספעציעל אריינקומען קיין שיכון וויזניץ און פראווענען די שמחה במקהלות אלפי חסידי וויזניץ און סקווירא.


bottom of page