הגאון ר' ישראל מאנטעל שליט"א רב דקהל עדת ישורון אין וואשינגטאן הייטס צו ווערן אויפגענומען אלס גאב"ד געיטסהעד
- sfbechatzros
- 22 באוק׳
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' נח • ל' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

שטייענדיג נאך פינעף יאהר וואס דער עיר התורה געיטסהעד אין ענגלאנד האט נישט פארמאגט קיין שטאטס רב, נאכדעם וואס דער פריערדיגע מרא דאתרא הגאון רבי שרגא פייוויל ציממערמאן שליט"א האט זיך אריבערגעצויגן קיין לאנדאן משמש צו זיין ברבנות אלס אב בית דין אין די פעדערעישן קהילה - איז אין די טעג באשטעטיגט געווארן מטעם די הנהלת הקהילה אז עס וועט אין די קומענדיגער וואכן פארקומען וואלן פאר די רבנות פאזיציע אין שטאט, אויפצונעמען הגאון הגדול רבי ישראל מאנטעל שליט"א רב דקהל עדת ישורון אין וואשינגטאן הייטס, און מלפנים דער רב אין דער שטאט לוצערן אין שווייץ, אלס מרא דאתרא אין שטאט.
שוין א לענגערע צייט וואס די הנהלת הקהילה אין געיטסהעד האט מפציר געווען ביים רב שליט"א ער זאל אננעמען דאס רבנות, און אצינד נאכן זיך דורכשמועסן און ערהאלטן די הסכמה און ברכת הדרך פון מערערע גדולי ישראל פון ארה"ק און אמעריקא, האט ער אנגענומען דעם קאנדידאטור.
אין די נאנטע וואכן וועט דער רב שליט"א פארלאזן ניו יארק און זיך באזעצן אין דעם תורה'דיגן יישוב אין געיטסהעד וואס איז באקאנט אלס אן עיר מלאה חכמים וסופרים. דערויף וועט אפגעהאלטן ווערן וואלן, וואו די חברי הקהילה וועלן האבן די געלעגנהייט צו שטימען פארן רבנות פאזיציע אין די קהילה.
גלייכצייטיג האט די הנהלה פון קהל עדת ישורון איינגעמאלדן די חברי הקהילה, איבער דער באשלוס פון הרב מאנטעל זיך צו באזעצן אין ענגלאנד צו וואוינען נאנט צו זיינע קינדער און אייניקלעך, נאך גאנצע צוואנציג יאר כולם שווים לטובה וואס ער האט משמש געווען ברבנות הקהילה זייענדיג באליבט ביי יעדן.







תגובות