top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע שמחת נישואין פון טאפלטע אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א | ברייטע דעקונג

  • לפני 4 ימים
  • זמן קריאה 6 דקות

מאנטאג פ' ויקרא • כ''ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום והילל ל"ש

אלפי חסידי באבוב 45 זענען נאך אונטערן געהויבענעם רושם מיטהאלטנדיג די היסטארישע שמחה כפולה ומכופלת אינעם רבינ'ס הויף וואס איז אפגעראכטן געווארן בשמחה וצהלה דעם מיטוואך כ"ב לחודש אדר אשר מרבין בו שמחה, אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש דחסידי באבוב 45 אין בארא פארק, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה חתן כלה אייניקלעך פונעם רבי'ן שליט"א, די חתן א זון פונעם רבינ'ס זון הרה"צ רבי יחזקאל אונגאר שליט"א איידעם ביי הגה"צ רבי אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א רב ביהמ"ד קדושת יום טוב ד'סאטמאר בארא פארק זון פון הגה"צ אבד"ק זאליזשא שליט"א און איידעם ביי הגה"צ רבי יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר משאץ מיט די כלה א טאכטער פונעם רבינ'ס זון הרה"צ רבי חיים בנציון אונגער שליט"א אן איידעם ביי הגה"צ רבי יצחק טובי' רובין זצ"ל מציעשנוב.


לאנגע שעות האט מען אפגעגעבן א שבח והודי' פארן הייליגן באשעפער צו קענען מיטלעבן די פרייליכע איבערלעבעניש ווי עס שפינט זיך ווייטער די שלשלת הזהב, דאס איז שוין געווען די צווייטע חתונה אינעם נייעם היכל הביהמ"ד וואס איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן דורך די עסקני וועד החתונה ברוב פאר והדר.


די בחורי חמד תלמידי הישיבות האבן זיך געגרייט בהכנה דרבה מיט שעות רציפות במשך די יום החופה און ארום זעקס אזייגער נאכמיטאג זענען זיך די הונדערטער בחורי הישיבות קטנות וגדולות צוזאמגעקומען פארנט פון ביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן צום מעמד הבאגלייטן כנהוג מקדמת דנא אינעם באבובער הויף וואו מען האט באגלייט דעם רבי'ן אינאיינעם מיט די מחותנים און די זיידעס שליט"א צום ביהמ"ד הגדול בשירה וזמרה.


אנקומענדיג אין ביהמ"ד האט זיך אנגעהויבן די מעמד קבלת פנים ביי וועלכן מען האט געזינגען ניגוני התעוררות אנגעפירט דורך א קאפעליע בחורים מקהלת עץ חיים מתלמידי המתיבתא און עס זענען געהערט געווארן דברי חרוזין וכיבושין דורך איינער פון די תלמידי המתיבתא זייענדיג מעורר זכות האבות הקדושים שרפי מעלה און מעורר געווען אז דער רבי זאל ממשיך זיין ישועות פאר כלל ישראל בעת משוש.


בשעת די קבלת פנים זענען די הונדערטער בחורים דורך אל מול פני הקודש וואונטשן מזל טוב און ערהאלטן ברכותיו הטהורים פונעם רבי'ן ביום שמחת לבו. הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א האט מסדר געווען די כתובה און עדי כתובה זענען געווען הרבני הנגידים הרב יעקב יוסף שלאף פון ירושלים און רבי שלום צבי בערגער פון לאנדאן וועלכע זענען געווען צווישן די פילע געסט וואס זענען געקומען צופארן פון נאנט און ווייט צום געהויבענעם שמחה, אריינגערעכענט א שיינע צאל חסידים פון ארץ ישראל וואס האבן געמאכט דעם לאנגן וועג אין די שווערע מלחמה אומשטענדן.


דערנאך איז מען אריבער צו די לעגעסי זאל צום מעמד הבאדעקן און ביים צוריקקומען צום ביהמ"ד האט דער רבי אנגעטוהן פארן חתן די ירושה יארמולקע פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע וועלכע איז א זיידע ביי די שמחה עטליכע און צוואנציג מאל.


דאן איז מען ארויס צום מעמד החופה תחת כיפת השמים פארנט פון ביהמ"ד הגדול ברחובה של עיר אויף די 14'טע עוועניו ביי די 49'סטע גאס בשעת די קאפעליע זינגט ניגוני התעוררות לבית באבוב ולמעב"ק בהתעוררות רב.


מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער עלטער פעטער פון חתן כלה הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, מיט קריאת הכתובה דער עלטער זיידע פון חתן הגה"צ אבד"ק זאלישא שליט"א ברכות ראשונות די זיידעס הגה"צ רבי יצחק אלעזר מאשקאוויטש שליט''א משאץ, הגה"צ אבד"ק קדושת יום טוב סאטמאר שליט"א און דער פעטער הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א מצעישינוב. ברכה אחריתא דער געהויבענער ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א זיידע פון חתן כלה וועלכע האט געזאגט די ברכה מיט א קענטיגע התרגשות און דערנאך משמיע געווען מברכות קדשו לכל העם הנאספים און אויך דערמאנט דעם מצב המלחמה אין ארץ ישראל לעורר רחמי שמים.


נאכן חופה האט זיך דער גאנצע ציבור ספאנטאן ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבין און די רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די מחותנים און זיידעס, ביים חופה האט זיך משתתף געווען דעם דאפלטן עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.


שפעטער נאך מעריב בביתו נאווה קודש איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צום יחוד שטוב אין די זאלן פון לעגעסי וואונטשן מזל טוב פארן חתן וכלה.


עס איז סערווירט געווארן א ברייטע סעודת החתונה כיד המלך אינעם היכל הביהמ"ד הגדול והחדש דחסידי באבוב 45, וועלכע איז געווען מלא וגדוש עד אפס מקום מיט טויזנטער חסידים ואנשי מעשה, פאר די הונדערטער תלמידי הישיבות איז די געווען צוגעשטעלט די סעודה אין היכל פונעם אלטן ביהמ"ד.


ארום ניין אזייגער אויפדערנאכט איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, ערשינען אינעם ביהמ"ד לקול תרועת הזמר, ווערנדיג ענטפאנגען מיט גרויס עקסטאז דורך די טויזנטער חסידים וועלכע האבן מקבל געווען פני מלכם ומאורם מיט פייערדיגע ניגוני שמחה.


דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן די סעודה בראש המסובים אינאיינעם מיט די געהויבענע מחותנים און די פילע אדמורי"ם ורבנים, בשעת די בחורים אויף די הויכע פארענטשעס האבן זיך מיטגעפריידט מיט ריקודין של שמחה, און דער רבי האט מעודד געווען די ריקודין בעוז ותעצומות. א באזונדערע געהויבענע שטימונג האט געהערשט ווען מען האט געזינגען די פרייליכע ניגוני קודש וואס זענען פארפאסט געווארן דורכ'ן רבי'ן אין לויף פון די יארן.


במשך די סעודה זענען די הונדערטער אינגעלייט און בעלי בתים דורך אל מול פני הקודש לברך ולהתברך לרגל די גרויסע שמחה, און דער רבי שליט"א האט יעדן איינעם געוואונטשן במאור פניו. ווען דער חתן איז אריינגעקומען אין זאל, האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיט די געהויבענע זיידעס און עלטער זיידעס.


א באזונדערע התרגשות האט ארומגענומען דעם ציבור ווען דער רבי שליט"א האט זיך ארומגעכאפט מיט זיינע צוויי זין, אחים רעים אהובים, דער אבי החתן הרה"צ רבי יחזקאל שליט"א און דער אבי הכלה הרה"צ רבי חיים בנציון שליט"א, און אינאיינעם געטאנצן א געהויבענע ריקוד אויפן ניגון "קה זכות אבות" מיט אזא פלאם, וינועו אמות הסיפים.


דורכאויס די שמחה האבן זיך אנגעזעהן פילע אדמורי"ם ורבנים וואס זענען געקומען מפאר זיין די שמחה, צווישן זיי דער דאפלטער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א, מיט וועמען די רבי איז געטאנצן א געהויבענע ריקוד, כ"ק אדמו"ר מפאפא בארא פארק שליט"א, הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א, און הרבנים לבית ציעשנוב, סארוואש, און נעפלעמיץ.


אזוי אויך די קינדער פון גדולי ישראל, הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי בשליחות אביו האדמו"ר מסקווירא, הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים אבד"ק סיגוט בן האדמו"ר מסאטמאר, הגה"צ רבי חיים אלעזר ראבינאוויטש ראש ישיבת מונקאטש בן האדמו"ר ממונקאטש, הרה"צ רבי דוד דוב האגער בן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי, הרה"צ רבי חיים מאיר האגער בן האדמו"ר מוויזניץ, און הגה"צ רבי יהושע שלום ווייס אבד"ק ספינקא בן האדמו"ר מספינקא.


מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער מחותן מצד הכלה הגה"צ רבי בן ציון דוב האלבערשטאם שליט"א, און די שבע ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די קרובי המשפחה, צווישן זיי דעם רבינ'ס עלטסטע זון הרה"צ רבי יוסף אונגער שליט"א, וועלכע האט זיך נארוואס צוריקגעקערט פון ארץ ישראל, און הנגיד רבי שמואל זאנוויל שארף הי"ו, מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער עלטער פעטער הגה"צ אבד"ק ברעזאן שליט"א.


נאכן בענטשן איז פארגעקומען די קאזאקן טאנץ כנהוג, אנגעפירט דורך די תלמידים פונעם מחותן הרה"צ רבי יחזקאל אונגאר שליט"א.


דערנאך האט זיך אנגעהויבן די עבודת הקודש פון די געהויבענע מצווה טאנץ, ווען דער בדחנא דמלכא הרה"ג רבי צבי אריה ריינהאלד שליט"א האט אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א מיט הפלאדי'גע דברי חרוזין, דערמאנענדיג די געוואלדיגע התרגשות פון די חסידים צו זעהן ווי די גאלדענע קייט ציהט זיך ווייטער בשמחה כפולה, און ער האט מעורר געווען אז דער רבי זאל משפיע זיין ברכות וישועות פארן גאנצן ציבור.


מען האט געזינגען דעם הייליגן ניגון פונעם ר"ר מיכעלע מזלאטשוב זי"ע מיט וואס דער רבי האט מכבד געווען דעם גאסט פון לאנדאן הנגיד רבי חיים שלמה גאלדמאן הי"ו, און דער רבי שליט"א האט פארטיילט לחיים פאר די חשובע נדיבים, רבי שלמה גאלדשטיין, רבי יצחק אייזיק שיינבאך פון בני ברק, רבי משה לאבעל פון אריזאנע, און דער באקאנטער עסקן ר' משה מארגארעטן הי"ו יושב ראש ארגון צדק.


דאן איז געקומען דער הויכפונקט ווען דער רבי שליט"א האט צוגעטרעטן צו די ריקודים של מצוה לפני הכלה מיט אן אש קודש און גרויס דביקות, טאנצנדיג פאר א לאנגע וויילע יותר מכפי הרגילו, און דער ציבור האט זיך געהויבן טפחיים על גבי קרקע מיט גרויס חיות און התלהבות מיטצולעבן די עבודת הקודש.


נאכן טאנצן לפני הכלה איז דער רבי געטאנצן מיט'ן חתן און דערנאך א ריקוד מיוחד מיט גיסו הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, מיט זיין ברודער כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא שליט"א, און מיט'ן גאסט שאר בשרו הגאון רבי שלמה פרישוואסער אבד"ק סאסוב לאנדאן וראש ישיבת חיי עולם, דערנאך איז דער רבי ארויס אין א גרויסן רינג מיט די גאנצע משפחת המלוכה, אלע קינדער און אייניקלעך, און א באזונדערע ריקוד מיט די פילע געסט וואס זענען געקומען צופארן מעבר לים.


נאכן רבי'ן האבן געטאנצן די מחותנים און די אנדערע זיידעס רבנים שליט"א, און צום לעצט חתן וכלה די שמחה הרוממה האט זיך געשלאסן ארום דריי אזייגער פארטאגס מיט'ן מקובל'דיגן ריקוד "אין כאלוקינו" כמנהג צאנז, וואס דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט מיט גרויס דביקות, איבערלאזנדיג אן אומפארגעסליכן רושם אין די הערצער פון די טויזנטער חסידים.



תגובות


bottom of page