top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יומא דהילולא פון הרה"ק בעל 'שפע חיים' מצאנז קלויזנבורג זי"ע אפגעצייכענט בחצר הקודש צאנז

זונטאג פ' פינחס - י"ג תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין


א באריכט פון די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל 'שפע חיים' מצאנז קלויזנבורג זי''ע, בצל הקודש פון בנו כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א.

מיטוואך ביומא דהילולא אין די פארמיטאג שעהן איז די רבי שליט"א ארויסגעפארן אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא צום בית החיים ותיקים אין נתניה אין פוקד געוועהן דעם ציון הק' בעצם יומא דהילולא להפקד בדבר ישועה ורחמים.


די רבי האט זיך אויפגעהאלטן אינעם אוהל הק' פאר הכערע צוויי שעה, און יורד געווען לפני התיבה צו ספר רביעי און חמישי שבתהילים מיט גרויס השתפכות הנפש, דערנאך האט די רבי געזאגט קדיש, און די מנהלי המוסדות פון בני ברק האבן איבערגעגעבן פארן רבין די קוויטלעך פון די תומכי המוסדות, דערנאך האט זיך די רבי משתטח געווען אויפן ציון הק' לישועת הכלל והפרט, ביים ארויסגיין האט די רבי מפריט געווען צדקה לטובת די מוסדות הקדושים דחסידי צאנז איבער די וועלט, כצוואת קדשו פונעם בעל ההילולא.


איידער די עריכת השולחן איז אפגעהאלטן געווארן א פאראייניגטע אין ערשטמאליגע אסיפה דורך די וועד רבני צאנז לשמירה מפגעי הטכנולוגיה דן זיין איבער פארשידענע ענינים העומדים על הפרק.


לעת ערב האט זיך די ציבור געוואשן צום סעודת ההילולא אינעם גרויסן זאל היכל רוזנברג אין קרית צאנז נתני' ווי עס איז געווען צוגעשטעלט דער סעודת הילולא ביד רחבה, די רבי שליט"א איז אריינגעקומען צום עריכת השולחן הטהור, ווען אויפן בימת הכבוד האבן זיך אנגעזעהן אלע רבני קהילות הקודש דחסידי צאנז, און די איידימער פון די בעל ההילולא, אזוי אויך פילע אדמורי"ם רבנים ודיינים צווישן זיי האדמורי"ם מנדבורנא חיפה, קאליש, די הויפט רב פון נתניה הגאון ר' קלמן בער, הגה"צ רבי חיים צבי שפירא ראב"ד בד"ץ מחזיקי הדת בעלזא, הגאון רבי מנחם מענדל טוביאס אב"ד דרכי שמואל, הגאון רבי אברהם יהודה האלפרין אב"ד קאזניץ תל אביב און נאך פיל.


די רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און טועם געווען פון די מאכלים, דערנאך האט די רבי געמאכט די סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך די חברת ש"ס אין די קהילה, און געזאגט די קדיש, די רבי האט געוואונטשן לחיים, און דאן משמיע געווען לענגערע דברות קודש פאר קרוב צו גאנצע דריי שעה, אנגעהויבן בפלפול ודרוש, אין דאן ממשיך געווען מיט דברי אגדה במשנתו של בעל ההילולא, און שטארק ארומגערעט בדברי חיזוק בעניני אמונה ובטחון.


דערנאך האט די רבי שארף ארומגערעט קעגן די פגעי הטעכנאלאגיע אין אפילו כשרע טעלאפאנען וואס קענען צוברענגען מכשולות, זאגנדיג אז ער האט אליין בייגעוואוינט שרעקליכע מקרים וואס האבן לעצטענס פאסירט אדאנק די כשר'ע טעלעפאנען, אין עס איז האר אויפשטעלנד ווי דאס האט אוועק געריסן דאס גאנצע אידישקייט און אמונה בה', כאטש וואס עס פארמאגט א הכשר, די רבי האט מיט גרויס ווייטאג און בכיות ארויסגעברענגט די ווייטאג און סכנה וואס רבים חללים הפילה, און וויפל צרות ברוחניות ובגשמיות עס ברענגט צו, ואל תאמין בעצמך עד יום מותך.


דערביי האט די רבי שטארק אויפגעפאדערט פון די חסידים אויסצופאלגן די הוראות פון די וועד רבני צאנז קעגן די פגעי הטעכנאלאגיע, און צו מאכן גדרים וסייגין אין די שטערקסטע פילטער שייך, און זיך שטארק היטן מכל משמר פון די טעכנאלאגישע כלים, און מסיים געווען בברכות קדשו לרוב.


דערנאך איז פארגעקומען ווי יאהר יערליך די מעמד חלוקת תעודות, ווי די רבי האט פארטיילט תעודות מורינו פאר די מצויני תלמידי הישיבה גדולה וועלכע האבן געלערנט קרוב צו טויזנט בלעטער גמרא, און אזוי אויך פאר אינגעלייט וועלכע האבן מסיים געווען ש"ס אדער ד' חלקי שו"ע, ווי הגה"צ רבי יוסף משה דב הלברשטאם ראש הישיבות ורב חסידי צאנז אין אמעריקא האט אויפגעטראטן בשבחם פון די חשובע בחורים און יונגעלייט און אויסגערעכנט די נעמען פון די חשובע מצטיינים, דערנאך האט די רבי געבענטשט על הכוס, און דערנאך זענען די פילע געסט פון אויסער די שטאט אריבער ביים רבי'ן זיך געזעגענען.


לכבוד די הילולא איז ערשינען א נייע ספר 'שפע חיים' מיט שיעורי חומרש"י וואס הרה''ק בעל 'שפע חיים' זי''ע האט פארגעלערנט בשנת תשל"ח.





























Comentarios


bottom of page