אסיפת חירום אין ירושלים: "קרן כלל ישראל" פראקלאמירט 18 מיליאן דאללער קאמפיין צו ראטעווען בחורי ישראל משמד הגיוס
- Bechatzros admin
- 7 ביולי
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 8 ביולי
מאנטאג פ' בלק • י''א תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר
מה נהדר היה המראה, ווען עס האבן זיך היינט נאכמיטאג צונויפגעזאמלט גדולי ומאורי תורה, ביי א דרינגענדע אסיפת חירום אין עיה"ק ירושלים, פאררופן אויפן אינציאטיוו פונעם פאר הדור, כבוד הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, לטובת דעם "קרן כלל ישראל", וואס דינט אלס פאראייניגטע פראנט קעגן די שרעקליכע גזירת הגיוס וואס שוועבט אויפ'ן גאנצן יהדות החרדית אין ארץ ישראל, אין א צייט וואס די גזירה נוראה איז ארויף א שטאפל, ווען היינט אליין איז ארויסגעשיקט געווארן אויף פאסט פרישע "צווי גיוס" פאר אזויפיל ווי 54,000 בחורים צו רעקרוטירן צום טמא'נעם מיליטער רח"ל, און אין צוגאב האבן די אינסטאנצן היינט געסטראשעט מיט פינאנציעלע סאנקציעס און ארעסטן אויף בחורים און יונגעלייט בני תורה, פארן איינציגן חטא, נישט וועלנדיג דינען אינעם מיליטער.
ביי די היינטיגע אסיפה איז פראקלאמירט געווארן א "מגבית חירום" צו שאפן די אסטראנאמישע סוממע פון 18 מיליאן דאללער פארן "קרן כלל ישראל" וואס שטייט בנשיאות פון הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א דער שר צבא השם העומד בראש המערכה, און איז בעובי הקורה אין די פעולות הצלה דורכ'ן קרן, וואס קאסט אפ א הון תועפות.
דער היינטיגער אסיפה און מעמד "פתיחת המגבית" איז אפגעהאלטן געווארן אינעם אכסניא פון הרבני הנגיד ר' משה יואל מזרחי הי"ו פון וויליאמסבורג וואס האט זוכה געוועהן צו פארוואנדלען זיין דירה אלס בית ועד לחכמים פאר די אסיפת חירום צו ראטעווען טויזנטער בחורי ישראל פון דעם גזירת שמד. ביי די אסיפה האבן אנטייל גענומען: דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א נשיא הקרן, ראש הישבה הגאון רבי משה צדקה שליט"א מזקני רבני עדת הספרדים, און המשפיע המפורסם הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב, וועלכער האבן זיך מטריח געוועהן בטלטולא דגברא רבה פאר דעם קריטיש וויכטיגן צוועק.
דער בעל האכסניא הנגיד ר' משה יואל הי"ו האט דערביי בייגעשטייערט די פילאנטראפישע סומע פון 1.2 מיליאן דאללער, זייענדיג דערמיט דער נחשון ומתחיל במצוה, מיט'ן ערמעגליכן די ווייטערדיגע פעולות הצלה דורכן קרן, צו גאראנטירן אז אפילו דער שוואכסטער בחור קומט נישט אן אין מיליטער.
די באטייליגטע גדולי ישראל האבן משמיע געוועהן דברי ברכה לכבודו פונעם חשובן נדיב און האבן אייניג ארויסגעברענגט די ווייטאג אויפ'ן מצב פון די גזירה, און די מערכה כבידה וואס מען דארף לוחם זיין דאקעגן, אראפצושטעלן א כח הצלה אפצוראטעווען די אלע טויזנטער בחורים פון מיליטער. באזונדער איז ארויסגעברענגט געווארן די זכותים פון די נדיבים בעם אחים לדעה וואס לאזן זיך קאסטן פאר די פעולות הצלה דורכן קרן, און טוען דערמיט פארזיכערן דעם עתיד און קיום פון כלל ישראל בארה"ק.
















תגובות