זונטאג פ' האזינו א' • כ"ד אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
חסידי אמשינוב קוקן זיך צו מיט פרייד צו די הרחבת גבולי הקדושה אין דעם בית המדרש דחסידי אמשינוב אין שטאט בארא פארק, וואס איז אונטערגענימען געווארן צו דערלייכטערן די שרעקליכע געדרענג וואס הערשט אין בית המדרש מדי שבת בשבתו ומדי מועד במועדו.
די אמשינאווער שטיבל אין בארא פארק ווערט געפירט אויפן אלטן פארצייטישן פוילישן שטייגער, אין די לעצטע צוויי יאר זינט כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א פון אמעריקא האט זיך אריבערגעצויגן קיין אמעריקע לכהן פאר אלס ממשיך השלשלת למלא מקום אבותיו הקדושים, איז די אנלויפעניש אין ביהמ"ד געשטיגן גאר שטארק, אז א פשוטע תפילה אדער לחיים טיש איז שוין נישטא גענוג פלאץ אין ביהמ"ד.
אין די לעצטערע חדשים זענען די עסקנים און הנהלת הקהילה געזעסן מיט אינדזשענירן אויסצוארבעטן א פלאן וויאזוי צו פארברייטערן דעם בית המדרש וואס איז צר מהכיל, און אצינד האט מען צוגעבויעט גצום עקזיסטירנדן און היכל, דורכדעם וואס מ'האט מבטל געוועהן די זייטיגע שטיבלעך, און די גאנצע שטאק אריינגענימען אינעם היכל בית המדרש, וואס האט צוגעברעגנט קרוב צו הונדערט פרישע פלעצער צום היכל בית המדרש.
אין די זומער וואכן ווען א גרויסע טייל מתפללי בית המדרש האבן זיך געפינען אין די קאנטרי, איז געמאלדן געווארן פארן ציבור די דראסטישע נייעס און די פלענער וואס איז ערווארטעט, אין אצינד אויף די ירח האיתנים האט מען באנייט דעם נייעם פליגל פונעם ביהמ''ד.
Comments