top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט


דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

הרה"צ רבי יעקב יוסף האגער בן האדמו"ר מוויזשניץ ירושלים בקודש פנימה ביי האדמו"ר מסאטמאר די וואך ביים מסיבה לטובת די נייע סאטמארער ת"ת אין בארא פארק.

איש דורות ראו עיניו • האדמו"ר מסקווירא ביים וואכנאכט פאר אן אור אייניקל א דור רביעי, אייניקל ביי בנו הרה"צ רבי יצחק טווערסקי בן הנולד לבנו הרב חיים מאיר טווערסקי.

האדמו"ר מטאהש ווערט געזעהן הושענא רבה נאכ'ן דאווענען ביי א ברית לבן אחד מחסידיו, ווי די רבי איז מלובש מיט די קאפל פון הרה"ק מטאהש זיע"א, אונטערן ווייסן קיטל ווערט געזעהן די בעקיטשע פונעם הייליגן אפטא רב זיע"א.

ביים שמחת הברית דער וואך פון אן אייניקל פון האדמו"ר מפרעמישלאן ווערט געזעהן אויף די כסה של אליהו די בעקיטשע פון אביו הרה"ק רבי דוד משה מקרעטשניף זיע"א.

האדמו"ר מסאטמאר ווערט געזעהן די וואך אויף א באזוך אין די סאטמערע מצה בעקעריי אין וויליאמסבורג.

הנגיד החסיד ר' אליש ענגלאנדער פון לאנדאן ווערט געזעהן ביים מעמד 'קביעות שיעור' די וואך בחצה''ק מאחנובקא בעלזא אין בני ברק.

די נייע פארגרעסערטע היכל ישיבת תפארת משולם פייש טאהש אין ניו יארק, הערליך צוגעגרייט פאר די בחורי חמד אנצוהייבן די נייע זמן מיט א פרישקייט און מיט באזונדערע הרחבת הדעת.

די נייע בענקל וואס איז געקויפט געווארן פאר האדמו"ר מצאנז, נדבת ליבו פון העסקן ר' יעקב שמעון שר הי"ו.

האדמו"ר מסאטמאר ביים שמחת החתונה פון אן אייניקל פונעם משמש בקודש הרב משה פריעדמאן הי"ו.

בכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו • שמחת הוואכנאכט פון אן אייניקל פון האדמו"ר מפרימישלאן אין שאטן פונעם מלחמה אין ארץ ישראל.

דורכאויס די ימי בין הזמנים איז אנגעגאנגען העפטיגע בוי ארבעט ביים נייעם בנין ישיבה קטנה דחסידי תולדות צבי ספינקא ווי די חשובע בחורי חמד וועלן קענען זיצן אין לערנען מיט הרחבת הדעת.

"טומל טאג" מיטן אנהייב פון דעם נייע ווינטער זמן אין 'ישיבה גבוה ד'לעיקוואד', די טויזענטער תלמידי הישיבות ביים אנקומען צוריק אין ישיבה אינאיינעם צו קענען ווייטער שטייגן בתורה.

פארשטערקערטע וואך פארנט פון ביהמ''ד הגדול פאפא, ווען פאליציאנטן מיט הייס געווער פאטראלירן די גאסן אין ליכט פונעם אנגעצויגענעם מצב.

ווארעמהארציגער בילד ווי הגה"צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא, און העסקן ר' מנחם פייג שליט"א באדאנקען זיך פאר די פאליציי אפיצירן וועלכע געפונען זיך אויף די אידישע גאסן מיט א פארמערטע אנוועזנהייט, צו באוואכן אין ליכט פון די געשעענישן אין מיטל מזרח.

האדמו"ר מפיטסבורג אין שטעטל יבנה אין דרום ארץ ישראל, ווי די רבי האט מנחם אבל געווען משפחת סעדיאן וואס זייער זון משה הי"ד איז טראגיש אומגעקומען דעם פארלאפענעם שמחת תורה ביי די שוידערליכע מאורעות אין ארץ ישראל, די רבי האט מחזק געווען די משפחה מיטגלידער אין אמונה אין זיי געשטארקט מיט בטחון.

האד' משפיטיווקא אדרעסירט דעם מצב בארה"ק אויף די ענגלישע שפראך

הרה"צ אבד"ק באיאן ארה"ב ווערט געזען ביי די גרויסע עצרת ברחובת של עיר בארא פארק, נאכן זיך ארובערצוען קיין ניו יארק.

לאור המצב השורר בארה"ק איבער די שרעקליכע מלחמה צושטאנד איז אין די טעג געמאלדן געווארן פון ישיבת מיר ירושלים אז מען וועט בס"ד קענען מיטהאלטן די אלע שיעורים וואס ווערט פארגעלערענט אין ישיבה דורך הגאון רבי אשר אריאלי שליט"א אין ביהמ"ד ראדאמסק אין בארא פארק.

האדמו"ר מוויזניץ האט אויפגעפאדערט די חסידים אז מען זאל זעהן צו ארויסהעלפן און וואלונטירן צו ארומגיין אויפלעבן, באזוכן, טיילן עסן און אקטיוו ארויסהעלפן מיט וואס מען קען, ביי די פארוואונדעטע און פאמיליעס וועלכע ליידן פון די טעראר אטאקעס. טויזענטער וויזניצע חסידים האבן שוין אנגעהויבן מיט די אקטן צו ארויסהעלפן, אריינגערעכנט אפליפערן עסנווארג און היגיענישע ארטיקלען צו מיליטערישע באזעס.

ארום טויזענט משפחות פון קהילות צאנז האבן געקאכט און געבאקן עסן פאר אידן תושבי דרום ארץ ישראל, הרב בערל שטעמער איז ארויסגעגאנגען צו אלע האטעלן אין שטאט נתניה צו פארטיילן די מאכלי שבת פאר די אלע פלטים לכבוד שבת קודש.

פילע פראדוקטן ערצייגט דורך קהילת וויזניץ (מרכז), אריינגערעכנט א ליכט פאר אומגעקומענע, א יזכור שטאנד, א תהלים און אנדערע פראדוקטן פאר שמורה, וואס מען טראגט ארום פאר בתי האבל, זיי צו שטארקן און צייגן אז מיר זענען אלע פון איין פאלק.

ביים עצרת תפילה דער וואך אין בית מדרש הגדול "חניכי ישיבת" אין די רוממה געגענט אין ירושלים, ווי עס האט צווישן אנדערע אויפגעטראטן מיט דברי התעוררות מרן המשגיח הגאון הצדיק רבי דן סגל שליט"א.

דער רב פון קיעוו אוקראינע, הרב משה אסמאן שליט"א, טיילט מיט א הארציגע פּאָר פון בילדער, שרייבנדיג: די ערשטע בילד איז פון מיינע קינדער, זיך באהאלטנדיג פון די רוסישע מיסילס אין אוקראינע. דאן זענען מיר מיט נאך טויזענטער אנטלאפן פון אייראפע קיין ארץ ישראל, און די צווייטע בילד איז פון מיינע קינדער, וועלכע באהאלטן זיך פון די חאמאס מיסילס. צוויי עקן וועלט, אזויפיל פיין, זאל השי"ת ברענגען אן ענדע צו די שווערע צייטן.

פילע זעק פון ערשטע הילף, וועלכע ווערט געשיקט דורך אמעריקאנער חברה הצלה ארגענעזאציעס, מאכן די וועג קיין ארץ ישראל, צו ארויסהעלפן די ארטיגע הילפס ארגענעזאציעס אין שווערע צייטן.

קרישקעס וועכנטליכע מזל טוב'ס:


א ברכת מזל טוב פאר הרב וואלף אלפרוביץ משמש בקודש אין יד ימינו פון האדמו"ר מקרעטשניף און שרייבער פונעם בארימטן המבשר און בקהילה מאגאזינען לרגל די חתונה פון בנו החתן בשעה טובה ומצלחת ולמזל טוב.

א ברכת מזל טוב פאר ר' ישראל פרוש מעיער פון שטאט אלעד לרגל שמחת אירוסי בנו בשעה טובה, אין פארן זיידן העסקן הרב מאיר פרוש חבר הכנסת.


א ברכת מזל טוב פאר הרב יקותיאל יודא ראזענבערג משמש בקודש ביי האדמו"ר מקאלוב לרפו"ש לרגל שמחת נישואי בתו למזל טוב.


Comments


bottom of page