שווערע טויזנטער ערווארטעט ביי מעמד הדלקה בראשות המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב אין מירון
- Bechatzros admin
- 11 במאי
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 11 במאי
זונטאג פ' אמור • י''ג אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

שלומי אמוני ישראל גרייטן זיך מיט התרגשות מיטצוהאלטן דעם פייערליכן מעמד הדלקה רבתי דורכן מדליק לבבות ישראל המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, וואס וועט אפגעראכטן ווערן אויף א ריזן פארנעם במעמד רבבות אלפי ישראל, ביים גיגאנטישן מתחם ההדלקות אין אתרא קדישא מירון.
"רבי אלימלך'ס הדלקה" איז ברייט באקאנט אלס די סאמע גרעסטע הדלקות איבער די וועלט, ובפרט אינעם מקום קודש הקדשים, על הר הקודש מירון, וואו ס'איז שוין מערערע יארן אפגעראכטן געווארן אלס מעמד הוד שבהוד במעמד רבבות ישראל וואס זענען דערהויבן געווארן מיט'ן אש להבת שלהבת וואס דער משפיע האט אויפגעפלאמט לכבוד התנא האלקי.
אויף א שטייגער ווי מיט צוויי יאהר צוריק וועט די הדלקה דאס יאהר אפגעראכטן ווערן ביים מתחם '89' אינדרויסן פונעם מירונ'ער שטעטל, וואס איז ווי באריכטעט דאס יאהר געטריפלט געווארן אין מאס, צו קענען אקאמאדירן א פילפאכיג פארברייטערטער ציבור, און אזוי ארום ערמעגליכן פאר א געשאצטע פינעף און צוואנציג טויזנט אידן מיטצולעבן די געהויבענע מאמענטן, די פלאמפייערדיגע דברי חיזוק והתעלות, ווארימע ניגונים, און זיך פרייען בשמחתו פון התנא אלקי. ווי אויך איז דער מתחם ההילולא אריבער א פולשטענדיגע איבערפרישונג, און ס'איז צוגעלייגט געווארן פרישע באקוועמע איינריכטונגען לטובת הציבור.
ווי שוין באריכטערט וועט אויפן פארלאנג פון די פאליציי נישט געבויט ווערן די געווענדליכע שטייענדיגע פארענטשעס, עס איז געבויעט געווארן הויעך שטאקיגע זיצענדיגע פארענטשעס א שטייגער ווי אין די סטאדיומס, וואס קען אנטהאלטן ארום דריי טויזנט אידן, און צוגאב וועלן טויזנטער אידן שטיין צושפרייט אויפן ריזן שטח.
אין די יעצטיגע טעג זיצן די עסקנים אויף נאכאנאנדע זיצונגען אויסצוארבעטן די לעצטע דעטאלן אז די מעמד זאל קלאפן על צד היותר טוב און פארזיכערן די מאקסימום זיכערהייט ביים מעמד על כל צרה שלא תבא, אויך גייען אן די פיבערהאפטיגע הכנות אויף אלע פראנטן, ובפרט איז מען שטארק טעטיג מיט'ן אראנדזשירן "טראנספארטאציע" פאר'ן ציבור אוהדים און די בני החבורות פון אלע שטעט אין ארץ ישראל, מיט א באגרעניצטע צאל פון צוואנציג באסעס פאר די וואס שרייבן זיך איין דורכן ספעציעלע טעלעפאנישע סיסטעם.
דער מעמד הדלקה וועט זיך אנהייבן דאנערשטאג ליל ל"ג בעומר כחצות הלילה, און וועט זיך פארציען אויף שעות ארוכות ביז'ן אור הבוקר, באגלייט מיט די פלאם פייערדיגע ריקודי קודש און דרשות נלהבות דורכ'ן משפיע במשנתו הטהורה פונעם תנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי, און שירה וזמרה דורך די בארימטע בעלי מנגנים, ר' מאיר אדלער, ר' יענקי דאסקאל, ר' אהרן סאמעט און די וויזניצער קאפעליע.
נאך די הדלקה וועט מען זיך שטעלן דאווענען שחרית בראשות הרה"צ ר' אלימלך שליט"א ביים ציון המצוינת, און דערנאך וועט דער משפיע ארויספארן קיין עיה"ק טבריה און דארט אפרעכטן א באשיידענעם מעמד ההדלקה און פראווען דעם געהויבענעם שבת קודש במוצאי יומא דהילולא אין א פראכטפולע האטעל אינאיינעם מיט יחידי סגולה נדיבי עם פון ארץ ישראל און אויסלאנד תומכי מכון 'באר הפרשה' להפצת דברי תורתו פונעם משפיע שליט"א.







תגובות