גרויסן ציבור ביי הארצרייסנדע לוי' אין בארא פארק פון הרבנית מקאזניץ ע"ה טאכטער פון האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
- Bechatzros admin
- 5 ביוני
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 6 ביוני
דאנערשטאג פ' נשא • ט' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י., JDN
מיט שווערע געמיטער און פארווייטאגטע געפילן האבן זיך הונדערטער אידן נעכטן נאכמיטאג פארזאמלט פארנט פון קאסובער ביהמ"ד אין בארא פארק ביים הארצרייסנדע לוי' פון האשה החשובה והצנועה בת קדושים מרת מרים חוה רובין ע"ה אשת חבר הגה"צ ר' ישכר רובין שליט"א אבד"ק קאזניץ סיגעיט, און טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל בעל עבדא דמלכא, וועלכע איז אזוי טראגיש אוועקגעריסן געווארן אין בליענדן עלטער פון בלויז איין און פערציג יאהר, לדאבון לב משפחתה און חסידי קאסוב אומעטום.
עס איז געוועהן א הארצרייסענדע סצענע ווען דער קאסובער רבי שליט"א און די ברודער באגלייט מיט די פרישע יתומים געזעגענען זיך פון נאך א צווייגל אין די משפחה שטייענדיג נאך אינעם יאהר נאך די שווערע בראך וואס מען האט געליטן מיטן הסתלקות לשמי מרום פונעם ראש המשפחה כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל, ווען די ווייטאג איז נאך פריש און דער וואונד איז נאך אפן.
דברי הספד קינה ונהי איז געהערט געווארן דורך די חשובע מספידים, בראש וראשון פון הגה"צ רבי חיים האגער אבד"ק קאסוב זאלישטשיק, און דערנאך פונעם גדול האחים כ"ק אדמו"ר מקאסוב לעיקוואד שליט"א. דאן האט מספיד געוועהן כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א בקול בכי תמרורים באוויינענדיג די אבידה, און ארויסגעברענגט די מעלות ומידות טובות פון די חשובע נפטרת באגלייט מיט דברי אמונה ובטחון וועלכע האט יעדן שטארק מרגש געווען. צום לעצט האט מען געהערט גאר רירענדע דברי הספד פון איר מאן הגה"צ ר' ישכר רובין שליט"א אבד"ק קאזניץ.
נאך די הספדים האט מען באגלייט די מיטה ברחובה של עיר, צווישן די מלווים האבן זיך אנגעזעהן פילע אדמורי"ם, ורבנים, צווישן זיי האדמורי"ם מראחמיסטריווקא, וויזניץ בארא פארק, דאמבראווא, דעעש, הגה"צ אב"ד זרע קודש וראש ישיבת בית מאיר און נאך.
פון בארא פארק האט מען אפגעפירט די מיטה צום וויזניצער בית החיים אין מאנסי, וואו די קינדער פונעם נפטרת האבן זיך געזעגענט מיט דברי פרידה. ביים לוויה אין מאנסי האט זיך משתתף געוועהן הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט''א בנו הגדול פון האדמו"ר מסקווירא בשליחותו. אין די נאכמיטאג שעהן איז די חשובע נפטרת געקומען לקבורה סמוך ונראה צו איר גרויסן פאטער דער קאסובער רבי זצוק"ל. נאכן קבורה איז מען דורך מנחם זיין די אבלים כנהוג.
פונעם בית החיים זענען די אבלים אריבער צום שטוב פון הנגיד החסיד ר' איסר ראטה הי"ו אין מאנסי, קביעותדיגע בעל האכסניא פון אדמור"י בית קאסוב, וואו מען האט זיך געזעצט מקבל זיין תנחומים און אויף די סעודת הבראה. צווישן די מנחמים איז אנגעקומען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א און נאך רבנים חשובים פון שטאט.
























תגובות