דרכי ציון אבלות: מאסן האבן באגלייט למנוחות כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצוק"ל
- Bechatzros admin
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 3 דקות
מאנטאג פ' יתרו ט"ו שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, שפ"ה,JDN
מאסן אידן חסידים ואנשי מעשה האבן נעכטן באגלייט דעם ארון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצוק"ל, וועלכער איז פלוצים נתבקש געווארן לישיבה של מעלה בשעתן זיך טובלען אין מקווה.
א קורצע צייט נאך דעם רבינס הסתלקות איז די מטה אריינגעפירט געווארן אין ביהמ"ד לעלוב אויף רחוב צפניה, דער הייליגער ארט וואו דער רבי האט פילע יארן עוסק געווען בעבודת השם און געדינט אלס בעל תוקע אין די הייליגע טעג, וואו די פארזאמלטע אידן האבן געזאגט תהלים ארום די מיטה מיט גרויס התעוררות.
ארום זעקס אזייגער אויפדערנאכט איז די מטה אריבערגעברענגט געווארן צום רבינ'ס ביהמ"ד "קדושת מרדכי לעלוב" אויף רחוב בר אילן, באותו מקום קדוש וואו דער רבי האט מאיר געווען פאר פילע נשמות באור תורתו וצדקתו, פאר לאנגע שעהן זענען די חסידים געשטאנען ארום די מטה מיט געקלאפטע געמיטער און יאמערליכע בכיות, פילע חסידים און אוהדים האבן געריסן קריעה זייענדיג מתאבל על סילוקו של צדיק צו וועמען זיי זענען געווען צוגעבונדן בעבותות אהבה.
אום צען אזייגער ביינאכט האט זיך אנגעהויבן דער מסע הלוויה, ווען חתנא דבי נשיאה המשפיע הגה"ח ר' בן ציון אפל שליט"א, האט פארגעזאגט פרקי תהלים מיט גרויס התעוררות.
כאטש עס איז נישט דער מנהג אין לעלוב צו זאגן הספדים, זענען געהערט געווארן דברי פרידה בקול בוכים, צוערשט פונעם רבינס עלטערער ברודער, כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א, וועלכער האט בקול נהי ובכי תמרורים ארויסגעברענגט די פשטות און ענווה פונעם רבי'ן, וואס איז שטענדיג אנטלאפן פון כבוד, ער האט מעיד געווען אויפן רבי'ן אז ער איז געווען א "איש ישר ותם, צדיק בכל דרכיו וחסיד בכל מעשיו". דא האט דער רבי אויסגעבראכן אין א ביטערן געוויין און נישט געקענט קומען צום ווארט.
נאכדעם האט מספיד געווען דער פלימעניק, המשפיע הרה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א. ער האט ציטירט די פסוקי איכה "שבת משוש ליבנו נהפך לאבל מחולינו" ארויסצוברענגען דעם גרויסן בראך, ער האט דערמאנט אז שטייענדיג אין טאג פון ראש השנה לאילנות, האט דער אייבערשטער געבלאזן א שופר פון "שברים תרועה" און אונטערגעבראכן כלל ישראל צו שברי שברים, ער האט ספעציעל מעורר געווען דעם עולם אז היות דער רבי איז געווען א "מקווה איד" און איז אויך נסתלק געווארן בשעתן עבודת המקווה, זאלן נישט צורירן צו די מטה נאר די וואס זענען געווען היינט אין מקווה.
נאך די הספדים האבן די קינדער הרבנים שליט"א געריסן קריעה כדת וכדין און געזאגט קדיש, ווען דער ריזיגער עולם באגלייט דעם מיטה צופיסנס דורך די גאסן פון בר אילן און שמואל הנביא, ביז צום הר הזיתים, צווישן די פילע מלווים האבן זיך אנגעזעהן אדמור"ים ורבנים, ובראשם די קרובי המשפחה האדמורי"ם לבית לעלוב צווישן זיי די ברידער האדמורי"ם מלעלוב ניקלשבורג און לעלוב עזרת תורה, האדמורי"ם מלעלוב, לעלוב בני ברק, לעלוב בראנוביץ, קארלין לעלוב, ראדושיץ, לעלוב הר יונה, לעלוב בהר"ן, און די משפיעים הרבנים הגאונים הצדיקים ר' חיים יוסף, ר' נחמן און ר' אלימלך בידערמאן שליט"א, ווי אויך האדמורי"ם מרחמיסטריווקא, פינסק קארלין, נדבורנא ירושלים, שומרי אמונים ירושלים, לעלוב ירושלים, סטאניסלאוו, ווערדאן, ראש ישיבת שומרי אמונים און נאך פילע רבנים.
באישון ליל איז דער רבי זצ"ל געקומען למנוחת עולמים אויפן הר הזיתים, בחלקת אבותיו הקדושים צדיקי בית לעלוב דור אחר דור, אנגעהויבן ביי הרה"ק רבי אלעזר מענדל, בנו הרה"ק רבי דוד צבי שלמה, בנו הרה"ק רבי שמעון נתן נטע, און זיין פאטער הרה"ק רבי משה מרדכי זי"ע, און בסמיכות צו זיינע ברודער הרה"ק רבי אברהם שלמה און הרה"ק רבי אלתר אלעזר מנחם זכר צדיקים לברכה.














































תגובות