האד' מווערדאן פון בארא פארק אפגעראכטן קורצע באזוך אין ארצינו הקדושה | בילדער גאלעריע
- Bechatzros admin
- 24 ביוני
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' קרח • כ"ח סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

דעם אסרו חג שבועות האט זיך כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון בארא פארק ארויסגעלאזט קיין ארצינו הקדושה, אויף א קורצן באזוך לרגל א נאנטע משפחה שמחה וואס דער רבי האט באשיינט אין ירושלים עיר הקודש.
דאס איז געוועהן די ערשטע באזוך פון רבי'ן שליט"א אין ארץ ישראל נאכן איבערנעמען די כתר ההנהגה מיט פינעף יאהר צוריק. ביים אנקומען קיין ירושלים איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד קבלת פנים לכבודו אין שטוב פון הנגיד ר' עקיבא גליק הי"ו בעל האכסניא קבוע פון כ"ק אדמו"ר מווערדאן זצוק"ל אין ירושלים. אויף שבת האט די רבי געוויילט אין עיה"ק צפת און מיטגעהאלטן די תפילות און טישן בצל הקודש פון שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מנדבורנא צפת שליט"א. דורכאויס דעם קורצן באזוך האט דער רבי אויסגענוצט די געלעגנהייט פוקד צו זיין די מקומות הקדושים אין ירושלים און אינעם גליל העליון.
באזודער האט דער רבי באזוכט ביי אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון ירושלים, און ביי כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א.







תגובות