התרגשות צום היסטארישער הנחת אבן הפינה פאר בנין הכנסת אורחים סמוך ונראה לציון רבינו הש"ך זי"ע אין העלישוי – טשעכיי
- לפני שעה
- זמן קריאה 3 דקות
מאנטאג פ' תרומה • כ''ט שבט | בחצרות הקודש

א זעלטענע שמחה און גרויס התרגשות נעמט ארום טויזנטער אידן פון איבער דער גאנצער וועלט ווען עס קומט אריין די היסטארישע נייעס אז די מסירות נפש'דיגע עסקנים פון "ועד הכנסת אורחים דרבינו הש"ך" האבן נאך עטליכע יאר פון שווערע ארבעט און הארעוואניע ב"ה זוכה געווען אפצוקויפען א גיגאנטישער בנין ושטח מורחב אין דער שטאט "העלישוי, טשעכיי", א שטח וואס געפינט זיך ממש הארט נעבן דעם ציון הק' פון רבינו רבי שבתי כהן, מרן הש"ך זי"ע. און אצינד האלט מען ב"ה ביים מעמד הנחת אבן הפינה און ארויסבויען א מקום וואס וועט בעזהשי"ת אנטהאלטען א ביהמ"ד, מקוה, היכל התורה, הכנסת אורחים, היכל הכהנים, מיט אלע צוגעהערן.
די גרויסקייט פונעם הייליגן ש"ך זי"ע איז באקאנט פאר די גאנצע וועלט, יעדן איינציגן טאג לערנען רבבות ישראל די הייליגע טיפזיניגע פירושים וואס ער האט ארויסגעבן אויף שולחן ערוך יורה דעה און חושן משפט, דאס רעכנט אריין די חיבורים ש"ך, נקודת הכסף און קונטרס האחרון, וואו דער ש"ך איז זיך מפלפל מיט'ן הייליגן טורי זהב זי"ע איבער דעם פירוש פונעם מחבר און דעם הייליגן רמ"א, און דאס מאכט א גרויסן נפק"מ וויאזוי מען נעמט אן להלכה.
דער ש"ך איז ליידער נפטר געווארן אין א גאר יונגן עלטער און ער איז נקבר געווארן אין די שטאט "העלישוי" אין "טשעכיי". נאך די פטירה פונעם ש"ך זי"ע איז זיין ציון הקדוש געווארן א ציאונגס קראפט פאר אידן וועלכע זענען געקומען פון איבער די גאנצע וועלט. אנשים נשים וטף וועלכע זענען זיך געקומען משתטח זיין אויף זיין הייליגן ציון און עס איז געווען א מקום מקובל צו פועל'ן ישועות ורפואות און אלעס וואס פעלט זיך נאר אויס ברוחניות ובגשמיות.
אין לויף פון די צווייטע וועלט מלחמה ווי וואונדערליך עס הערט זיך איז דער ציון הק' פונעם הייליגן ש"ך געבליבן אומבארירט אין לויף פון די מלחמה, טראץ די שווערע באמבאדירונגען און ארטילערי פייער וואס די דייטשן האבן געשאסן אינעם אומגעגנט איז דער ציון המצוינת געבליבן אומבארירט, א פאקט וואס האט אויסגערופן גרויס וואונדער בימים ההם און איז באמת א זעלטענער פאל, נעמענדיג אין באטראכט וויפיל הונדערטער טויזנטער מציבות זענען ליידער גענצליך פארמעקט געווארן פון דער מאפע, און דא איז א מצבה פון אזא אדם גדול געבליבן על מקומה אומבארירט.
דער בנין איז לויט די עסקנים ערווארטעט צו אויסשטייגן אלץ א פרעכטיגער "בנין הכנסת אורחים" וואס וועט ווערן איינגערישט מיט אלע צוגעהערן און צרכי ציבור אויפ'ן שענסטן און בעסטן פארנעם. אנגעהויבן פונעם "בנין הביהמ"ד" וועלכע וועט אויפ'ן אויבערשט'ן שטאק אנטהאלטן דעם פרעכטיגער היכל הביהמ"ד מיט טויזנטער ספרי קודש, און אויפ'ן אונטערשטן שטאק וועט זיין צוגעשטעלט א געשמאקע גרויסע "מקוה מפוארה".
אינעם אנדערן טייל פונעם בנין וועט זיין צוגעשטעלט צוויי הערליכע עס-זאלן, ווי עס וועט אלס זיין צוגעשטעלט פאר די וואס קומען זיך משטתח זיין אויפ'ן ציון הק' סיי ווען איבער'ן יאר, אזוי אויך איז אין די פלאנירונגען אויפצושטעלן א גרויסער בית התבשיל פאר די שבת'דיגע סעודות פון אידן איבער די וועלט וועלכע ווילן אפרעכטן געהויבענע שבתים סמוך ונראה צום הייליג'ן ציון. אויפ'ן אויבערשטן שטאק וועט זיין צוגעשטעלט הערליכע שלאף צימערן אויף א געשמאקער און באקוועמער פארנעם, אלעס אז אידן זאלן פון היינט און ווייטער קענען האבן די מעגליכקייט און באקוועמליכקייט צו קענען זיין ביים הייליגן ש"ך, סיי ביומא דהילולא און אזוי אויך סיי ווען אין לויף פונעם יאר.
די מעמד הנחת אבן הפינה וועט פארקומען בעצם יומא דהילולא און קומענדיגן ב' דר"ח אדר מיטוואך פרשת תרומה אום פיר אזייגער נאכמיטאג, אינעם גרויסן שאטער מיט די השתתפות פונעם ריזן ציבור וואס קומען זיך משתטח זיין ביומא דהילולא קדישא ובראשות הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א.


