top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זעלטענע צוזאמקום פאר הונדערטער יתומים בחורי הישיבות דורך ארגון "בני הם" אונטער די ראמען פון בארימטע "לחמי מרדכי"

  • sfbechatzros
  • לפני 6 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: לפני 31 דקות

מיטוואך פ' ראה • כ''ו אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

מיט גרויס התרגשות של שמחה האבן זיך פארזאמלט תחת קורת גג אחד הונדערטער יתומים בחורי הישיבות פון שטאט בית שמש, אונטער די ראמען פון ארגון "בני הם" וואס איז א ספעציעלע ארגאניזאציע אונטער די וועלט בארימטע ממלכת צדקה וחסד "לחמי מרדכי", געאייניגט פאר בחורים יתומים וועלכע זייערע שטיבער ווערן געשטיצט באופן קבוע דורך "לחמי מרדכי" בנשיאות המשפיע הגה"צ רבי מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א בעל דרך אמונה, וועלכע פארפיגט אויף אזויפיל מעשי צדקה וחסד פאר הונדערטער משפחות אלמנות ויתומים פון ארה"ק רונדע דעם יאר במסירת נפש עצומה, זיכער צו מאכן אז די משפחות אלמנות ויתומים האבן אלע זייערע געברויכן בהרחבה גדולה פון אלע צוגעהערן.


און אט דער כינוס רבתי איז נאך א רינגעלע אין די גאלדענע מעשי צדקה וחסד פון הגה"צ רבי מאיר איתמר שליט"א, מיטן איינציגסטן ציל צו מחזק זיין און משמח זיין די צעבראכענע בחורים יתומים אז זיי זאלן האבן די ריכטיגע כוחות אנצוגיין אויף ווייטער.


דער זאל איז געווען הערליך אנגעגרייט אויף גאר א רייכע פארנעם, באגלייט פון מוזיקאלישע בעלי מנגנים בשירה ובזמרה און שפיץ פונעם בעל מנגן הר"ר עוזיאל דייטש הי"ו.


עס האט אויפגעטרעטן דער מגיד מישרים הרה"ג ר' אשר אנשיל שווארץ שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט מנועם שפתיו די געוואלדיגע זכי' צו קענען רעדן פאר אזעלכע בחורים וואס טראץ גייען דורך אזעלכע שוועריקייטן, דאך שטערט דאס זיי בכלל נישט פון זייער טאג טעגליכע לעבן, און זיי גייען אן בתורה ועבודה מתוך יראה הטהורה אומגעשטערט.


עס איז געהערט געווארן א התרגשות'דיגע דרשה פון המשפיע הרה"צ ר' מענדל מאסקאוויטש שליט"א אב"ד אזמרה אין שטאט צפת, וועלכע האט געשילדערט דורך א הערליכע פרעזענטאציע זיין פערזענליכע "נס מירון" פון וואס ער איז בחסדי שמים ניצל געווארן פון די שרעקליכע 'מירון טראגעדיע' ביום ל"ג בעומר שנת תשפ"א, אזוי אויך איז געהערט געווארן א גאר העכסט-באלערנדע דרשה פונעם בעל תשובה הר"ר ברק ניקסון הי"ו.


מיט כבוד והערצה האט מען געהאט די זכי' מקבל צו זיין הגאון חכם ניסים בן שמעון שליט"א מרבני הארגון, וואס האט זיך מטריח געווען בטירחא דגברא רבא צו קומען באשיינען דעם געוואלדיגע מעמד, דער חכם שליט"א האט אנגעוואונטשן מברכותיו הטהורות לכבוד העם הנאספים, אז די חשוב'ע בחורים זאלן קענען שטייגן מעלה מעלה בג' עמודי עולם, און דערביי ארויסגעהויבן די געוואלדיגע מעשי צדקה וחסד פונעם הייליגן מפעל ממלכת צדקה וחסד "לחמי מרדכי", און זיך באדאנקט פאר אלע עוסקים במלאכת הקודש במשך א גאנץ יאר.


ביים שלוס פונעם געהויבענעם כינוס איז פארגעקומען א התרגשות'דיגער מעמד "התחלת כתיבת ספר תורה" לעילוי נשמת אלע עלטערן ז"ל פון די חשוב'ע בחורים שיחי' וועלכע זענען ליידער אוועק פון דער וועלט בדמי ימיהם ל"ע, און עס זענען מכובד געווארן מיט כתיבת האותיות די אדמורי"ם ורבנים שליט"א וועלכע האבן באשיינט דעם מעמד הנהדר, צווישן אנדערע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א, דער פאטער פון הרה"צ רבי מאיר איתמר שליט"א נשיא הארגון, הגאון האדיר רבי נתן קופשיץ שליט"א גאב"ד שכונת נחלה ומנוחה בית שמש, כ"ק האדמו"ר מפיטסבורג שליט"א, כ"ק אדמו"ר משאץ בית שמש שליט"א, הגה"צ אבדק"ק קרעטשניף ירושלים שליט"א און נאך.


נאך די געהויבענע מעמד כתיבת האותיות, האט זיך דער גאנצע ציבור ארויסגעלאזט אין פייערליכע התרגשות'דיגע טענץ, ווען כ''ק האדמו''ר מפיטסבורג שליט''א האט פארגעזינגען עטליכע פרייליכע ניגונים זייענדיג משמח די חשובע בחורים און דערנאך האבן אלע חשובע בחורים שיחי' ערהאלטן ספעציעלע העכסט ווערטפולע מתנות, פונעם נשיא הארגון הרה"צ רבי מאיר איתמר שליט"א.


די בחורים האבן פארלאזט דעם זאל מיט אומבאשרייבליכע חיזוק והתחזקות אנצוגיין ווייטער מיטן טאג טעגליכן לעבן.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page