top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קריא"ה מעורר: הגה"צ ר' אביש ציינווירטה שליט"א מיט שארפע מחאה איבער ארטיקל אין גע׳אסר׳טן מאגאזין שלא בידיעתו

  • sfbechatzros
  • לפני 5 ימים
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: לפני 4 ימים

זונטאג פ' וילך • כ''ח אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

שארפע דברי מחאה איז געהערט געווארן דעם פארגאנגענעם שבת קודש בעת די קידושא רבא נאך די תפלת שבת כותיקין בבית מדרשו של הגאון הצדיק רבי אביש ציינווירטה שליט"א מגדולי המקובלים ונקיי הדעת שבירושלים, וועלכע האט זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן מיט א קול חוצב מוחה צו זיין אקעגן א שרעקליכע פירצה וואס איז נגרם געווארן שלא בידיעתו.


דער גאון ומקובל שליט"א האט ציטירט די דברי הגמרא אין מסכת שבת "דברים שאין בני אדם עומדין עליהם אלא אם כן נכשלים בהן", אז עס איז ארויס א שרעקליכע פירצה בחומת הדת שלא בידיעתו, ווען געוויסע צייטונג שרייבערס זענען געקומען צו אים בעטנדיג אז ער זאל געבן א שמועס בחיזוק והתחזקות אין א געוויסע אויסגאבע לכבוד ראש השנה, און ער האט נישט געוואוסט ווי אהין דאס גייט אריינגיין, ווען צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס איז אריין אין א מאגאזין וועלכע איז גע'אסר'ט געווארן דורך געוויסע גדולי ישראל, א מאגאזין וועלכע פארשפרייט דיעות כוזבות, מיט אייגענע השקפות, און צילט אריינצוברענגען אקאדעמיע צווישן היימישן חרד'ישן ציבור, און אפילו עס האט אין זיך דברי תורה איז דאס בלויז לטהר את השרץ בק"נ טעמים, און מען טאר נישט האבן קיין שייכות דערמיט און אוודאי נישט ארייננעמען אין שטוב.


רבי אביש שליט"א האט אויסגערופן א קול מחאה און געבעטן מפרסם זיין בשמו, אז ער האט נישט געוואוסט אז זיין שמועס גייט אריינגיין אין אזא מאגאזין, און ער וואלט ווען קיינמאל נישט גערעט פאר אזא אויסגאבע, און ער האפט אז אזא מכשול זאל זיך נישט איבער'חזר'ן אינעם צוקונפט.



bottom of page