מיטוואך פ' נצבים וילך - כ' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט נעכטן מפאר געווען בראש השמחה ביים שמחת השבע ברכות לרגל די חתונה פונעם משמש בקודש און הויז בחור החתן יוסף שמעון שעכטער, צוגעשטעלט דורכן בארימטער וויז'ניצער נגיד ר' מתתיהו גרוזינגער אויף א רייכע פארנעם. צו די שבע ברכות זענען געלאנדעט געווארן די משמשים בקודש, מקורבים און באי ביתו אינעם וויז'ניצער רבינס שטוב און צוגאב צו צענדליגער עסקנים אין עוסקי ציבור בחצר הקודש, אויסצודריקן הכרת הטוב פארן חתן אויף די אריבער צעהן יאהר כולן שוין לטובה וואס ער האט משמש געווען בקודש פנימה לפני ולפנים און ארויסגעהאלפן מיט די שטוב ווירטשאפט מיט גרויס איבערגעגבענקייט און געטריישאפט.
די רבי שליט"א האט באשיינט די מסיבה פאר קרוב צו א שעה צייט, אין טועם געווען פון די מאכלים, במשך די שמחה האט אויפגעטראטן בנוכחותו פונעם רבין דער משמח אלוקים ואנשים ר' בנימין בוקסבוים פון וויליאמסבורג.
Comments