top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

"תקנות קבועות" פאר בתי מדרשים דקהל יטב לב אין קרית יואל אוועקגעשטעלט ביי אסיפה נחוצה בראשות האד' מסאטמאר

דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם מאנטאג אווענט איז פארגעקומען א אסיפה נחוצה בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, ווי עס זענען געלאדענט געווארן אלע רבנים ודיינים און גבאים פון די בתי מדרשים דחסידי סאטמאר אין שטאט קרית יואל.


אנהייב פונעם אסיפה האט אויפגעטרעטן דעם רבינס איידעם הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש אבד"ק ישמח משה קרית יואל, דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש ודברי חיזוק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש די וואך "בשעה שקבלו ישראל את התורה נתקנאו בהן אומות העולם מה ראו להתקרב יותר מן הכול סתם הקב"ה את פיהן ואמר להן הביאו לי שטר יוחסין שלכם כשם שמביאין בני" און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז א זאך וואס מען קען נישט זאגן אויף דעם אז מיין טאטע האט אזוי געטוהן איז א סימן אז עס טויג נישט, און דער רבי האט אויסגערעכנט פארשידענע פירצות וואס אמאל איז דאס נישט בייגעפאלן נאר דאס קומט פון די מהות המדינה פון וועלן האבן באקוועמע אידישקייט, און דער רבי האט שטארק ארומגערעדט איבער די אחריות וואס ליגט אויף יעדעם איינעם צו זיכער מאכן אז די בתי מדרשים ווערן געפירט כרצונו פונעם מייסד העיר הרה"ק מסאטמאר זי"ע ולאחריו הרה"ק בעל ברך משה זי"ע, און דער רבי האט מעורר געווען די חשוב'ע רבנים אז עס ליגט א פליכט אויף זיי צו שטיין על המשמר איבער די זמני התפילה ביי זיך אין ביהמ"ד, און דערמאנט די תקנה קבועה וואס איז אין די טעג נתפרסם געווארן נישט צו דאווענען נאך חצות, און זעהן מרומם צו זיין די קרן התורה מיטן האלטן דרשות און פארלערנען שיעורים, 'ישראל קדושים הן' יעדער וויל זיין גוט מען דארף נאר מעורר זיין מזאל נישט ווערן נאכגעשלעפט נאכן יצר הרע, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.


















Comments


bottom of page