זונטאג פ' חקת בלק - ו' תמוז תשפ"ג| קול בחצרות
שטייענדיג ככלות השלושים לפטירתו פונעם פונוביז'ער ראש ישיבה הגאון האדיר רבי גרשון אדלשטיין זכר צדיק לברכה האט דער נשיא הישיבה הגאון רבי אליעזר כהנמן שליט''א דעם שבת אויפגענימען חתנו הגאון רבי דוד לעווי שליט''א אלס ממלא מקומו צו דינען אלס ראש ישיבת פונוביז.
דורכאויס די וואך איז הגאון רבי אליעזר כהנמן נשיא הישיבה ארויף צום שטוב פונעם ראש ישיבה הגאון רבי ברוך דוב פוברסקי זיך דורכצורעדן בעניני הישיבה אין איבער די הנהגת הישיבה שטייענדיג נאך די פטירה פונעם ראש ישיבה הגאון רבי גרשון אדלשטיין זכר צדיק לברכה, ביים אסיפה האבן די ראשי הישיבה צוגעשטימט אויפצומנעמען הגאון רבי דוד לעווי אלס ראש ישיבה אויפן פלאץ פון זיין גרויסן שווער דער ראש ישיבה.
טאקע דעם ליל שבת נאכן דאווענען האט דער נשיא הישיבה צוזאמגערופן די אלע מגידי שיעור אין משגיחים אויף אן אסיפה ווי ער האט איינגעמאלדן די רבני הישיבה איבער דעם התמנות.
דער ראש ישיבה הגאון רבי דוד לעווי דינט שוין צענדליגער יאהרן אלס מגיד שיעור אין די פונוביז'ער ישיבה אין אצינד אלס ראש ישיבה וועט ער איבערגעבן א וועכענטליכע שיעור כללי בהיכל הישיבה, שוין מאגן מאנטיג וועט ער איבערגעבן דעם ערשטן שיעור כללי לשמחת לב די טויזנטער תלמידי הישיבה.
Comments