מאנטאג פ' האזינו • ג' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: רפאל שווארץ
דעם דאנערשטאג נאכמיטאג זענען ארויפגעקומען למעון קדשו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט''א די צענדליגער שוחטים אין רבנים פונעם "וועד השחיטה שע"י העדה החרדית" , וואו דער פוסק הדור האט בודק געוועהן די "שחיטה מעסער'ס" פון אלע שוחטים, סיי פון די שוחטים א גאנץ יאר און בפרט אום ערב יום הקדוש וועלכע שעכטן ביים מנהג הכפרות, אין א לענגערע צייט איבערגעקוקט די חלפים פון פגימות אין דאן משמיע געוועהן קורצע דברות קודש ארומרעדנדיג בשבחו פונעם שחיטה המהודרת פון די עדה החרדית אין ווארעם אנגעוונטשן די שוחטים.
שפעטער נאכמיטאג איז אריין אל הקודש פנימה העסקן הרב שמעון שישא יושב ראש מרכז עזרה ויעוץ זיך דורכצורעדן כדת מה לעשות נאכדעם וואס די ציוניסטישע אינסטאנצן האבן ארעסטירט א גראפע ברסלב'ער בחורים זייענדיג אינעם לוד לופטפעלד אויפן וועג קיין אומאן. ר' שמעון האט דערציילט איבער די שתדלנות וואס איז שוין געטוהן געווארן ביז אהער אין אנגעפרעגט דעת תורה אויף פארשידענע שאלות וואס זענען נוגע הלכה אין השקפה.
Comments