top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טרויער נאך פטירה פון הגה"צ רבי פסח הלוי מיללער זצ"ל אבד"ק חאמעלניק

דאנערשטאג פ' וארא • א' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


הונדערטער אידן תושבי בארא פארק האבן היינט באגלייט למנוחת עולמים אחר מיטתו פון הגאון הצדיק רבי פסח מיללער זצ"ל אב"ד חאמעלניק, מגדולי רבני העיר און גאון אדיר, וועלכער איז היינט פארטאגס נפטר געווארן לחיי העולם הבא, אין עלטער פון פיר און זיבעציג יאר, נאכן נישט זיין געזונט די לעצטערע חדשים.


די לוויה איז פארגעקומען היינט פארמיטאג בהיכל בית מדרשו קהל אורח לצדיק חאמעלניק אין בארא פארק, וואו עס האבן זיך באטייליגט א ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה ובראשם אדמורי"ם ורבנים פון נאנט און ווייט, עס האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פון כ"ק האדמורי"ם מבאבוב 45, בית חיים יהושע, און סערדאהעלי, מחותנו כ"ק אדמו"ר מקאסוב, הגה"צ אבד"ק באבוב 45, גאב"ד קארלסבורג, צאנז גריבוב, דזיקוב, שעניא, סוקולוב, ראדאמישלא, ביקאווסקא, פלאנטש און קאלביסוב, דומ"ץ טאהש ב"פ, דומ"ץ מונקאטש, דומ"ץ סאטמאר סאוט 8, אלע קינדער פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 און נאך פילע רבנים ומרביצי תורה.


אנגעהויבן די שורת המספידים האט מחותנו הגה"צ אב"ד שעניא, דאן האט מספיד געווען בנו הגדול הגה"צ ר' יחזקאל מאיר מיללער אב"ד חאמעלניק, און מחותנו כ"ק אדמו"ר מקאסוב, דערנאך הרה"ג ר' אליעזר ליפא מיללער א זון פונעם רב, ר"ם במתיבתא באבוב 45, און דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אין א היסטארישע שריט מספיד געווען דעם גרויסן נפטר ידידו ורעו, און דערמאנט זיין גדלות בתורה והוראה, געבנדיג דעם טיטל "שר התורה", אין ארויסגענברעגט די הכרת הטוב פארן רב פארן שטיין צו די האנט אין אלע זמנים, די רבי האט צוגעגעבן אז וויפיל שבחים מען וועט נאר זאגן אויפן נפטר וועט דאס נאך אלס נישט זיין געניג.


דערנאך האבן מספיד געווען די אנדערע קינדער און בני המשפחה, בנו הגה"צ ר' אשר זעליג מיללער אב"ד ערבי נחל סטעטן איילענד. דאן האט מען ארויסבאגלייט די מיטה פון בית המדרש וואו א ציבור עצום האבן איבערגעפולט די ארומיגע גאסן, ווען בראש המלווים באגלייט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים און תלמידי המתיבתא. פון דארט איז די מיטה געפירט געווארן צום לופטפעלד אויפן וועג קיין ארץ ישראל, וואו ער וועט קומען לקבורה אויפן אלטן בית החיים אין טבריה.


דער רב זצ"ל איז געווען פון די בחירי התלמידים ביי הרה"ק מבאבוב זי"ע, ביי וועם ער האט געלערנט אין זיינע יונגע יארן, אין די ערשטע תקופה נאכן קריג ווען דער באבובער רב האט מייסד געווען די הייליגע ישיבה אין ניו יארק. ער איז געווען א זון פון הרב החסיד ר' יצחק מאיר הלוי מיללער ז"ל, אן אייניקל פון הרה"ק ר' אליעזר ליפא מחאמעלניק זצ"ל בעל אורח לצדיק, דער צווייטער זון פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע, נאך וועם ער האט אין די שפעטערע יארן געעפנט דעם בית המדרש און אוועקגעשטעלט א מקום קדוש לשמו ולזכרו.


דער באבובער רב האט ארויסגעוויזן א גאר שטארקע ליבשאפט צו זיין באליבטער תלמיד דער רב ר' פסח זצ"ל, און זיך משתעשע געווען מיט אים בפלפולי דאורייתא, ער איז געווען א גאון עצום און תלמיד חכם מופלג, געזעצן און געהארעוועט שעות לאנג, און געווען אויסגעקאכט בנגלה ובנסתר מיט א מורא'דיגע קלארקייט.


זייענדיג בלויז זעכצן יאר אלט איז ער שוין אויפגענומען געווארן אלס מגיד שיעור און מרביץ תורה אין די באבובער ישיבה, און זיך מפלפל געווען מיט פילע גדולי הדור. בהגיעו לפירקו איז ער געווארן אן איידעם ביי להבחל"ח הרב החסיד ר' איטשע ראזענגארטן שליט"א מזקני החסידים אין באבוב, און אויפגעשטעלט א הערליכע דור ישרים יבורך בנין וחתנין רבנן דיינים מורי הוראה און מרביצי תורה.


מיט ניינצן יאר צוריק נאך די הסתלקות פון הרה''ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זצ''ל האט די רב זצ''ל אויפגענומען דעם חתנו כ''ק האדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א אלס מנהיג העדה אין ממשיך דרכו בקודש, אלע יאהרן איז דער רב זצ"ל געווען פון די יושבים ראשונה במלכות, און מיטגעהאלטן די געהויבענע תפילות און טישן בצל הקודש תמידין כסדרן. אפילו ווען ער האט שוין געהאט א אייגענע בית המדרש פלעגט ער נאך אלס קומען זייער אפט זיך מסתופף זיין בצל הקודש, און אנגעהאלטן זיין חזקה אלס בעל תפילה אין די ימים הנוראים.


מיט רבו יבלחט"א כ''ק האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א


אין די לעצטערע חדשים איז ער ליידער נישט געווען געזונט נאך פארשידענע קאמפליקאציעס אין די נירן, היינט פארטאגס איז ער נפטר געווארן לחיי העולם הבא, געציילטע שעות בעפאר די שמחת הברית פון א אייניקל וואס איז פארגעקומען אין אנטווערפן, און בהוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א האט מען נישט געגעבן די נאמען נאכן רב, שטייענדיג נאך בעפאר די קבורה.


וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף השם.



תגובות


bottom of page