top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר איז מבקר חולה ביי די בני משפ' המלוכה אין די האקענסעק שפיטאל

דינסטאג פ' פינחס - ט"ו תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


היינט נאכמיטאג איז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אנגעקומען צו די האקענסעק שפיטאל אין ניו דזשערזי ווי די רבי האט מבקר חולה געוועהן ביי די קינדער, בנו הרה''צ רבי ליפא אין חתנו הרה''ג רבי יואל שמעון פרידמאן וועלכע זענען פארוואונדעט געווארן אינעם עקסידענט דעם זינטיג נאכט אין די קאנטרי. ביים אנקומען אין שפיטאל איז די רבי געווארן באגריסט דורך די עסקנים פון רפואה העלפליין ובראשם העסקן הרב יוחנן כץ וועלכע שטייען צו די האנט אין די לעצטע פאר טעג, אויך האט זיך די רבי באגריסט מיטן חב''ד שליח אינעם שפיטאל הרב מענדיל קאמינקער.


די רבי האט געהערט א באריכט פון די שפיטאל אדמיניסטראציע אין די פראפעסארן איבער די אנטווילונקען אינעם מצב פון די פארוואונדעטע, דאן האט די רבי באזוכט אין ICU ביי בנו הרה''צ רבי ליפא אין דערנאך ביי חתנו הרה''ג רבי יואל שמעון פרידמאן, בעת די רבי האט זיך געפינען אין שפיטאל האט אריינגערופו אויפן טעלעפאן כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט''א, וועלכע האט זיך אינטערסירט אינעם מצב, דער סאטמאר רבי שליט''א האט מזכיר געוועהן די נעמען אין די פשעווארסק'ער רבי האט מאציל געוועהן מברכת קדשו אין שטארק מחזק געוועהן דעם רבי'ן, דערביי האט די פשעוואסק'ער רבי איבערגעגעבן א גריס פונעם נייעם סאטמארע תלמוד תורה געביידע אין אנטווערפען ווי די רבי האט היינט געלייגט אן אבן הפינה.


ביים פארלאזן די שפיטאל האט די סאטמאר רבי ווארעם אנגעוואונטשן די עסקנים אין פון דארט זיך ארויסגעלאזט קיין קרית יואל ווי די רבי וועט באשיינען די מעמד יציקת הבורות פאר די נייע מקוה אין די סאטמארע ביהמ''ד אויף מעריוואלד.



bottom of page