top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דרכי ירושלים אבילות • מסע הלוי' פון הרבנית מתולדות אהרן ע"ה | ברייטע דעקונג

כ"ג אדר תשפ"ב


טויזענטער אידן האבן היינט שווארץ געמאכט די גאסן פון ירושלים עיר הקודש, אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר דעם חשובן נפטרת, הרבנית הצדיקת מתולדות אהרן ע"ה, מחברתו הטהורה פון כ"ק מרן אדמו"ר תתולדות אהרן שליט"א לאורך ימים ושנים טובים.


די רעבעצין הרבנית הינדא קאהן ע"ה, איז געווען די עלטסטע טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מזידטשויב הרה"ק ר' נפתלי צבי לאבין זצ"ל, וועלכער איז נפטר געווארן מיט עלף יאר צוריק י' אדר תשס"ט. די לעצטע פאר חדשים איז זי קראנק געווארן מיט די ביטערע מחלה ה"י, און נעכטן נאכט בחצות הלילה אין ארץ ישראל האט זי אויסגעהויכט איר נשמה אין הדסה שפיטאל אין ירושלים, אין עלטער פון פיר און זיבעציג יאר, במעמד פון איר גרויסן מאן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וועלכער האט פארגעזאגט די פסוקי יחוד און געזינגען ניגוני התעוררות, אינאיינעם מיט די קינדער און אייניקלעך און א גרויסע ציבור אידן.


היינט דאנערשטאג צוועלף אזייגער מיטאג האט זיך אנגעהויבן די גרויסע לוויה פארנט פון ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אויף רחוב מאה שערים, שווערע טויזענטער אידן האבן אנטייל גענומען ביי די לוויה לכבודה פון די רעבעצין, און לכבוד איר חשובער מאן מגדולי האדמורי"ם ומקברניטי היהדות החרדית כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.


אנגעהויבן האט מען מיט אמירת תהלים פארגעזאגט דורכ'ן רבינ'ס איידעם הגה"צ ר' אברהם ראבינאוויטש שליט"א, און דערנאך האט זיך אנגעהויבן די רייע הספדים פאר א לענגערע צייט, ווען עס האבן מספיד געווען אלע קינדער און איידימער פונעם רבי'ן, לויט די סדר פון די עלטער, צוערשט בנו הגדול הגה"צ ר' ישראל יוסף קאהן שליט"א ראה"כ באר יוסף, הגה"צ רבי אהרן קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אהרן מאנסי, הגה"צ ר' משה קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אהרן לאנדאן, הגה"צ רבי נחום קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אהרן אין גבעת ירושלים בית שמש, הגה"צ ר' ישעי' קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אהרן ב"פ, הגה"צ ר' יואל יחיאל קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אהרן אין קרית יואל, און הגה"צ ר' שלמה לייב קאהן שליט"א. די איידימער הגה"צ ר' אברהם ראבינאוויטש שליט"א, הגה"צ ר' חיים מרדכי ראזענבוים שליט"א אדמו"ר מקרעטשניף טשערנאוויץ, הגה"צ ר' אליהו גינזבערג שליט"א, הגה"צ ר' ברוך כהנא שליט"א, און הגה"צ ר' נתן פריעדמאן שליט"א.


צום לעצט האט אויפגעטרעטן מיט הארצרייסנדע דברי הספד איר גרויסן מאן הוד כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, וועלכער האט באוויינט די גרויסע אבידה און מצדיק געווען דעם דין באהבה, דערנאך האבן די קינדער געזאגט קדיש, און מ'האט אנגעהויבן באגלייטן דעם גאנצן וועג ביזן הר הזיתים.


ווי דער מנהג אין תולדות אהרן איז דער גאנצער ציבור געגאנגען צופיס באגלייטענדיג די מיטה פון מאה שערים ביזן הר הזיתים, דער תולדות אהרן רבי שליט"א איז געגאנגען צופיס די גאנצע וועג אין באגלייטונג פון די חשובע קינדער, אנקומענדיג צום הר הזיתים איז די חשובע רעבעצין ע"ה געברענגט געווארן למנוחת עולמים נעבן אדמור"י בית תולדות אהרן און שומרי אמונים.


ביי די לוויה האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פונעם רבינ'ס עלטערע ברודער כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, וועלכער האט געהייסן די גאנצע קהילה, אינגעלייט און בחורי הישיבות, ארויסצוקומען אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר די חשובע נפטרת, אזוי אויך האבן זיך באטייליגט צווישן אנדערע כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, האדמורי"ם מדושינסקיא, ראחמיסטריווקא, סקולען, משכנות הרועים, ערלוי, קרעטשניף, און נאך פילע אדמורי"ם ורבנים.


נאך די קבורה איז דער רבי שליט"א מיט די קינדער אראפגעגאנגען צום הויפט גאס פארנט פון בית החיים, וואו עס זענען געווען אויסגע'שורה'ט טויזענטער חסידים אויף ביידע זייטן, און מנחם געווען די אבלים. פון דארט איז דער רבי שליט"א אהיימגעפארן אינאיינעם מיט די קינדער און איידימער, וואו דעם רבינ'ס שכן און ברודער הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א האט צוגעשטעלט די סעודת הבראה.


גלייך נאך די לוויה זענען אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביים רבי'ן כ"ק האדמורי"ם מקארלין סטאלין און מאחנובקא בעלזא שליט"א, דורכאויס די וואך וועט דער רבי שליט"א זיצן שבעה אין די עזרת נשים אין ביהמ"ד הגדול, אינאיינעם מיט די געהויבענע קינדער הרבנים הגאונים, און דעם רבינ'ס שוואגער כ"ק אדמו"ר מזידטשויב ב"ב שליט"א.


די אנדערע ברידער פון די רעבעצין, כ"ק האדמורי"ם מזידטשויב וומס"ב, זידטשויב חרדים, און באלחוב שליט"א, זיצן שבעה אין זידטשויבע בית המדרש אויף ראסס סטריט אין וויליאמסבורג.


תהא נשמתה צרורה בצרור החיים.










































Comentários


bottom of page