ושבתי בשלום: גאב"ד מאקאווא זיך אומגעקערט קיין ארה"ק נאכן זיין געשטראנדעט אין אייראפע
- Bechatzros admin
- 18 ביוני
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 19 ביוני
מיטוואך פ' שלח • כ''ב סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א וואס איז געבליבן געשטראנדעט אין אייראפע אין ליכט פונעם מלחמה צושטאנד אין ארץ ישראל, איז היינטיגן מיטוואך ביום החופה פון אן אייניקל אנגעקומען בשלום קיין ארץ ישראל מיט א פריוואטער פליגער פון אונגארן.
דער רב שליט"א האט געוויילט אויף שב"ק אינעם עיר האבות מאקאווא צום יומא דהילולא קדישא פונעם זיידן הגה"ק בעל עטרת משה ממאקאווא זצ"ל, און צוליב דעם מצב המלחמה האט דער רב שליט"א נישט געקענט אהיימקומען קיין ארץ ישראל נאך שבת ווי געפּלאנט, די עסקנים האבן אין די לעצטערע טעג זיך אריינגעלייגט אין די לענג און אין די ברייט צו שאפן א וועג פאר'ן רב און די משפחה קיין ארץ ישראל אז ער זאל מיטהאלטן די גרויסע חתונה פון זיין אייניקל טאכטער פון חתנו הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח מבעלזא בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וואס קומט אי"ה פאר היינט מיטוואך אין ירושלים עיה"ק.
נאך לענגערע זיצונגען מיט די גרעסטע עסקני היהדות החרדית אין ארץ ישראל ארויסצוהעלפן שאפן א לעזונג, האט מען אויסגעארבעט די מערסטע פּראקטישע עצה און די עסקנים האבן דורכאויס נעכטן געארבעט טאג צו באקומען די ענדגילטיגע באשטעטיגונג. היינט אין די פריע פארטאגס שעהן איז דער רב שליט"א ארויסגעפארן מיט א פּריוואטן פליגער פון אונגארן קיין ירדן, פון וואו מען איז געפארן מיט א קאר דירעקט פונעם לופטפעלד אין אמאן ביז צום גרעניץ פון ארץ ישראל באגלייט מיט דורך א שטרענגע זיכערהייטס וואך, אנקומענדיג קיין ארץ ישראל האבן אפגעווארט דעם שיירה די ארטיגע פּאליציי וועלכע האבן אין איילעניש באגלייט דעם רב ביז קיין קרית בעלזא צו די גרויסע חתונה.





תגובות