אסיפה דחופה בנוגע בעפארשטייענדע ר"ה תשפ"ו אין אומאן בבית פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א
- Bechatzros admin
- 21 ביולי
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 21 ביולי
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ"ה תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

שטייענדיג שוין צוויי חדשים אפגערוקט פונעם יו"ט ר"ה תשפ"ו, ווען רבבות חסידי ברלסב פון איבער די וועלט וועלן מיטלעבן דעם יו"ט ביים "קיבוץ הגדול" אין עיר הקודש אומאן, איז אפגעהאלטן געווארן אן אסיפה נחוצה בביתו נאוה קודש פונעם פאר הדור כבוד הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, וואו מ'האט א לענגערע צייט נושא ונותן געווען איבער די פיבערהאפטיגע פעולות נמרצות וואס ווערן אינוועסטירט אויף אלע פראנטן צו ערמעגליכן די היי-יעריגע נסיעות און וויילן אין אומאן, אן א שום מניעות.
ביי די אסיפה האבן זיך צווישן אנדערן משתתף געווען די מנהגי ברסלב הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א, הגה"ח ר' נתן ליבערמענש שליט"א, און נאך זקני רבני ברסלב און די גדולי העסקנים פאר'ן קיבוץ אין אומאן.
דורכאויס די אסיפה האבן די רבנים מטכס עצה געווען און געהערט די ערשטהאנטיגע אינפארמאציע פון שלוחם הנאמן יו"ר 'איחוד ברעסלאוו' הרב נתן בן נון, וועלכער האט פארגעשטעלט די שטארקע פארשריט וואס ווערט געמאכט לקראת ראש השנה תשפ"ו, וואס מ'האט נאך אנגעהויבן טון דערין אנהייב יאר, תיכף נאכ'ן פאריגן ר"ה, ווען מ'פיבערט שוין העפטיג דורכאויס די יאר הינטער-די-קוליסן אז אלעס זאל אריבערגיין כשורה אן א שום שטער.
ספעציעל האט מען אויסגעשמועסט די פלאנטערס וואס איז דא אריינצוקומען אין אוקריינע, אונטער'ן שאטן פון די אנגייענדע מלחמה, און מ'ארבעט אויס די פונקטליכע פלענער ווי אזוי אריינצוקומען אין לאנד אויף די שנעלסטע און פראקטישסטע וועג, דורך פארשידענע ארומיגע לענדער.
צום שלוס האבן די רבנים אפגעשריבן א מכתב קודש וואו זיי בעטן זיך ביי כלל חסידי ברסלב אומעטום מתפלל צו זיין פאר די הצלחת הקיבוץ, און אויסשטרעקן הילף פאר 'איחוד ברעסלאוו' וואס געבן זיך אפ מיט די ברייטפארצווייגטע קאסטבארע פעולות פאר'ן ציון הק' און דער קיבוץ הגדול.









תגובות