top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע נסיעה דורך האד' ממונקאטש צו "טעלזע ישיבה" אויפצוטרעטן אלס 'אורח הכבוד' ביי יובל מאה וחמישים

  • Bechatzros admin
  • 11 במאי
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 11 במאי

זונטאג פ' אמור • י''ג אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

התורה מחזרת על אכסניא שלה! עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א וועט אונטערנעמען א היסטארישע און אייגנארטיגע נסיעה קיין קליוולאנד, צו באשיינען און אויפטרעטן אלס "אורח הכבוד" ביים יובל מאה וחמישים דורך די בארימטע אור-אלטע ישיבה הרמה "טעלז", וואו דער רבי שליט"א זעלבסט האט זיך דארט משלים געווען בתורה ויראת שמים בשנות בחרותו.


די חגיגה אדירה לרגל דעם יובל מאה וחמישים, הונדערט און פופציג יאר פונעם התייסדות הישיבה נאך אין ליטע, וועט אפגעהאלטן ווערן אויף א גראנדיעזן פארנעם, דעם קומענדיגן כ"ו סיון, זונטאג קרח, מיט'ן היסטארישן התכנסות פון די טויזנטער יוצאי הישיבה פון אומעטום, וואס רעכנט אריין גדולי ראשי ישיבות און מרביצי תורה מפורסמים מכל קצוי תבל, וואס וועלן זיך צוריק צונויפטרעפן תחת קורת גג אחד אינעם אהלה של תורה, וואו זיי זענען אויסגעשטיגן לאילני רברבי אין זייערע יונגע יארן.


צווישן די פארי התלמידים וואס די ישיבה האט ארויסגעגעבן, ציילט זיך כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, וואס האט אלס בחור דארט מקיים געווען דעם 'הוי גולה למקום תורה', און זיך דארט ממית געווען באהלה של תורה אויף א געוואלדיגן פארנעם, זייענדיג משים לילות כימים בהתמדה התורה.


טראץ ס'איז שוין אריבער אזויפיל יארן זייט דעמאלט, איז דער רבי כסדר פארנומען מיט שיינע זכרונות פון גירסא דינקותא, דערמאנענדיג דעם המקום אשר היה שם אהלו בתחלה, די זיסע געשמאקע יארן אלס בחור אין די טעלזער ישיבה, ובפרט פון זיינע גרויסע ראשי ישיבה פון וועם ער האט מקבל געווען לקחה של תורה, הגאון רבי מרדכי גיפטער זצ"ל דער ראש ישיבה, און דער משגיח הגאון רבי חיים שטיין זצ"ל, מיט וועם דער רבי שליט"א האט אנגעקניפט א קשר עליון דאורייתא און קונה געווען תורה ויראה ודרך החיים, און געבליבן מקושר מיט זיי אלע יארן שפעטער, און דערמאנט זיי בכל עת ועונה מיט גרויס בענקעניש.


אצינד ווען מ'גרייט זיך אפצוצייכענען דעם יובל המאה וחמישים, איז דער בחיר התלמידים פונעם חסיד'ישן חדר, דער מונקאטשער רבי שליט"א, אויסגעקליבן געווארן צו דינען אלס "אורח הכבוד", צו אדרעסירן במקהלות אלפי התלמידים די היסטארישע געשעעניש בקורות הישיבה, וואס ציט א גלאררייכע הונדערט פופציג יעריגע קייט פון הרבצת התורה והעמדת תלמידים לאלפי אלפים, אנגעהויבן פונעם עולם הישיבות נאך אין דער אלטער היים אין ליטע, ביז'ן היינטיגן טאג אין קליוולאנד, לשם ולתפארת.


דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן די צוריק-רייזע קיין קליוולאנד, צום אכסניא של תורה וואו ער האט געהארעוועט אין די יונגע יארן, צום ערשטן מאל זינט דאן, און וויילן אין שטאט אויף א קורצע באזוך פון צוויי טעג, אויף וואס דער ארטיגער אידנטום, ובפרט די תלמידי הישיבה גרייטן זיך ברגשי שמחה מקבל פנים צו זיין דעם אורח הדגול וואס וועט משמיע זיין די דברות קודש ביי די גרויסע חגיגה.

תגובות


bottom of page