גרויסער ציבור אין קרית יואל ביים סעודת הילולא פון הרה"ק מליסקא זי"ע בעל "אך פרי תבואה" בצל נכדו האד' מליסקא
- sfbechatzros
- 13 באוג׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 13 באוג׳
מיטוואך פ' עקב • י"ט אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

פילצאליגע אידן תושבי קרית יואל און פון אנדערע מקומות, האָָבן פארגאנגענע וואך דאנערשטאג, ליל שישי פּרשת ואתחנן מיטגעהאלטן דעם עריכת השולחן פון כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א לרגל הילולת זקינו הרה"ק בעל אך פרי תבואה מליסקא זי"ע וואס איז אויסגעפאלן יענעם אויפדערנאכט, י"ד אב.
דער רבי שליט"א האט געפּראוועט דעם טיש אין די זאלן פון "קרן ויואל משה" וואו עס איז געווען צוגעגרייט א רייכע סעודה לכבוד ההילולא, נדבת לבו הטוב פון הרבני הנגיד המפו' ר' גרשון שלעזינגער הי"ו. במשך דעם עריכת השולחן האט זיך אנגעזעהן א שטראם פון הונדערטער משתתפים וואס זענען געקומען מיטהאלטן די געהויבענע געלעגענהייט מעלה צו זיין זכרונו פון דער הייליגער ליסקער רבי בעל אך פרי תבואה זי"ע, צווישן זיי א גרויסער צאל אייניקלעך, נכדי בעל ההילולא זי"ע און נאך, ובראשם האבן זיך אָָנגעזען די רבני העיר, הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, הגה"צ רבי ברוך טייטלבוים אבד"ק ברך משה, און הגה"צ רבי יואל טייטלבוים אבד"ק בית ברוך קינדער פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, הגה"צ אבד"ק אוהעל ב"פ שליט"א, הרה"ג רבי ארי' דוב קארנבלי שליט"א ר"י ישיבה גדולה דסאטמאר-שיעור ד' און נאך.
דער רבי שליט"א האט מאריך געווען מיט דברי תורה במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע, מתובל מיט סיפּורים איבער שגב קדושתו, פון זיין עבודה ממליץ טוב צו זיין אויף אידישע קינדער, וואס דער רבי שליט"א האט דאס פּאסיג מעמיס געווען בדרכו של צדיק פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע צו דערמאנען יעדעס יאר פאר תקיעת שופר, זכרונו של צדיק פונעם הייליגן ליסקער צדיק זי"ע.
דער רבי שליט"א האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס, און נאכ'ן פארטיילן כוס של ברכה, איז דער ציבור פארריבער איבערצונעמען געבענטשטע האניג אויף די הייליגע טעג, זייענדיג אינעם זמן פון די התחלה פון די ימים נוראים הבאים לקראתינו לשלום. נאכ'ן עריכת השולחן איז דער רבי שליט"א ארויס אויפ'ן ציון המצוינת מעורר רחמים צו זיין אין דעם גרויסן זמן ביים ציון המצוינת פון צדיקי בית סאטמאר זי"ע.














תגובות