זונטאג פ' האזינו א' • כ"ד אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
ווי שוין ברייט באריכטעט זענען די פלענער פארן נייעם גיגאנטישן ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל פארגעשטעלט געווארן ביים צענטראלן אסיפת אקרו"ט וואס איז די וואך זונטאג אפגעהאלטן געווארן, פאררופן דורך די הנהלת הקהלה פאר אלע חברי אקרו"ט, טובים און גבאי ביהמ"ד פון אלע קהל'ישע בתי מדרשים אין שטאט קרית יואל.
ביי די אסיפה האט דער ענערגישער עסקן הרבני הנגיד ר' אברהם יהושע הכהן גלאנץ חבר הנהלת הקהלה דקהל יטב לב, וועלכער איז אריינגעטון בעובי הקורה אהערצושטעלן די פרישע פלענער, און אלעס צו באגלייטן מיט גרויס געטריישאפט. נאכ'ן פארשטעלן אלע פלענער האבן די חברי אקרו"ט געהאט די געלעגענהייט איבערצוגיין די פלענער, און מען האט אויסגעשמועסט די פונקטליכע פרטים פון דער היסטארישער מאסיווער הרחבת גבולי הקדושה וואס איז געפלאנט אויפ'ן נישט ווייטן צוקונפט.
עס איז דערביי געווען ספעציעל מערקווערדיג מיטצוהאלטן, ווי די חברי הנהלת הקהלה דעבאטירן די פלענער און מאכן זיכער אז דער ארגינעלער סטראקטור פונעם איצטיגן ביהמ"ד ווערט נישט געטוישט, סיידן די איצטיגע עזרת נשים וואס וועט גענצליך אראפגענומען ווערן, און וועט איבערגעמאכט ווערן גרעסער און ברייטער מיט גענוג פלאץ פאר די נשים צדקניות. אזוי ארום אז דער מקום קדוש שהתפלל בו הרה''ק מסאטמאר זי"ע צוזאמען מיט אזויפיל טויזנטער אידן, וואס די ווענט האבן איינגעזאפט אין זיך אזא מאסיווער כח הקדושה פון אזויפיל יארן נאכאנאנד, בלייבן ארגינעל, אויף וואס דער ציבור קוקט אזוי שטארק ארויס.
Comments