top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שטורמישע פרייד געפילן ביי כלל חסידי וויזניץ, צום התחדשות הישיבה הקדושה 'אמרי חיים' אין נייעק

מונטאג פ' חקת בלק - ז' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


חסידי וויזניץ אין מאנסי און איבער די גאנצע וועלט זענען איינגעהילט אין התרגשות דקדושה, מיטהאלטענדיג די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה ווען די ישיבה גדולה אמרי חיים וויזניץ טוט זיך אריבערציען אין די יעצטיגע טעג צום הערליכן קרית הישיבות אין נייאק, שליסענדיג א קאפיטל היסטאריע פון דרייסיג יאר, אנהייבענדיג א פרישע קאפיטל היסטאריע בקורות ימי החסידות.


ווי באקאנט איז די ישיבה גדולה אמרי חיים וויזניץ, וואס שטייט בנשיאות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט''א, געווען סטאנציאנירט די לעצטע דרייסיג יאר אינעם בנין הישיבה אין קייאמישע, וואו הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע האט ארויסגעשיקט די ישיבה בשעתו, צו זיך געפונען אויסער די שטאט. אין די לעצטערע יארן ווען די וויזניצע מוסדות אין קייאמישע האט געעפנט א אייגענע ישיבה בנין אבות, און די וויזניצע מוסדות אין מאנסי האט אפגעקויפט דעם ריזן שטח אין נייאק, אוועקצושטעלן דארט פון פריש די ישיבה גדולה, איז די בנין הישיבה אין גיבערס פארקויפט געווארן פאר די וויזניצע מוסדות אין גיבערס ווי באקאנט.


דערווייל האט די וויזניצע מוסדות אין מאנסי געקויפט א צווייטע שטח אין וועסטשעסטער וואס איז מער צוגעפאסט פאר די באנוץ פון די ישיבה, אבער וויבאלד מען האט זיך אנגעשטויסן אין שטאטישע פראבלעמען האט מען זיך נאכאלץ נישט געקענט אריבערציען.


ווי באקאנט אבער האט אויסגעבראכן א שריפה אין די צייטווייליגע בנין פון ישיבת בנין אבות וויזניץ קייאמישע, און די בחורי הישיבה זענען געבליבן אן א דאך איבערן קאפ, האט מען אויף צייטווייליג פלאצירט ביידע ישיבות אינעם זעלבן בנין אין גיבער'ס, ביז די ישיבה גדולה אמרי חיים וועט זיך קענען אריבערציען צו זייער נייעם לאקאל אין נייאק אדער וועסטשעסטער. א שריט וואס איז שטארק באגריסט געווארן אין ארויסגעברענגט די אהבה ואחוה שלום ורעות וואס הערשט צווישן די ברידער כ"ק האדמורי"ם לבית וויזשניץ, אז צוויי ישיבות קענען פונקציאנירן אינאיינעם מיט א הפלא'דיגע ברודערשאפט, בכוחו של אותו זקן.


תיכף דערויף האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנסי באאויפטראגט די הנהלת הישיבה אז מ'זאל ווי שנעלער טרעפן א אכסניא פאר די ישיבה גדולה אמרי חיים, נישט צו שטערן די ישיבה בנין אבות פונעם ברודער פון זיך איינקוואטירן אין זייער פרישע אכסניא מיט א רואיגקייט, די וויזניצע מוסדות אין מאנסי איז טאקע אריינגעשפרינגען אינעם פראיעקט, און ליידיג געמאכט א צאל בנינים אין די קרית הישיבות אין נייאק, און מיט א פרישע הוצאה פון איבער א מיליאן דאללער האט מען געארבעט איבערצופרישן די בנינים עס זאל זיין ראוי אריינצונעמען די תלמידי הישיבה.


די פרייד ביי וויזניצע חסידים איז בלויז געשטיגן דעם פארגאנגענעם מיטוואך קרח, ווען אין א מזל'דיגע שעה האט מען ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן אויפצובויען א פרעכטיגע בנין אין די קרית הישיבות אין נייאק, וואס וועט זיין א ריכטיגע אכסניא של תורה פאר די תלמידי הישיבה, מיטן האפענונג עס צו האבן גרייט צום קומענדיגן זמן הלימודים ווינטער תשפ"ד.


דורכאויס די בוי ארבעט אין נייאק איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט''א עטליכע מאל אריבערגעפארן קיין נייאק מיטהאלטן די בוי ארבעט, ווי אויך האט דער רבי אפגעשריבן א ספעציעלע בריוו פאר די תלמידי הישיבה, ווי דער רבי ברענגט ארויס די געוואלדיגע התחדשות וואס קומט אצינד, און ווי שטארק מ'דארף אויסנוצן די התחדשות זיך צו מחזק זיין אין אלע ענינים הצריכים חיזוק. ספעציעל האט דער רבי געבעטן אינעם בריוו צו מחזק זיין די חבורת משכימי קום, אויפצושטיין אין די פריע פארטאגס שעה'ן און עוסק זיין בלימוד התורה כדבעי.


דעם דאנערשטאג נאכט איז פארגעקומען א ספעציעלע אסיפה מיט א געקליבענע צאל פילאנטראפן אויפצוטרייבן נויטיגע סכומים פאר די בוי ארבעט אין נייאק, און אזוי אויך האט הרה"ג ר' ישראל מאסקאוויטש ראש ישיבה קטנה אין נייאק אויפגעטרעטן מיט א שמועס פאר די בחורי ישיבה גדולה, איבער די געוואלדיגע תועלת וואס מען וועט האבן זייענדיג אין נייאק.


דעם קומענדיגן מאנטאג וועלן די תלמידי הישיבה זיך אריינציען בסייעתא דשמיא צום נייעם לאקאל אין נייאק, דינסטאג אינדערפרי וועט מען דאווענען די ערשטע שחרית אין ישיבה גדולה, מיט די באטייליגונג פון אלע בחורי הישיבות דחסידי וויזניץ מאנסי, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי, און נאכן דאווענען וועט מען לערנען אינאיינעם א סדר הלימוד פון דריי שעה רצופות צו באנייען דעם פרישן מקום תורה אין שפיץ פונעם רבי'ן.


ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ, לא מצא הקדוש ברוך הוא כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום!



Comments


bottom of page