פרייטאג פ' חקת בלק - י"א תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
די היינטיגע וואך האט מען בשעה טובה אנגעהויבן די בוי ארבעט אינעם בנין בית המדרש הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר אויף ראדני סט. אין וויליאמסבורג אהערצושטעלן א פראכטפולער היכל התורה על פי פקודת הקודש פון כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס האָט שוין כמה פּעמים באטאנט אז ער איז זייער משתוקק אַז ס׳זאָל זיין צוגעשטעלט בתוככי בנין הביהמ״ד אַ מקום מיוחד אך ורק למען לימוד התורה, און די לומדים זאָלן נישט געשטערט ווען אויף קיין שום פאל.
אַצינד, אָנהויב פון די היינטיגע וואָך, ווי נאָר דער ציבור איז זיך צעפאָרן אויפ׳ן זומער, זענען די עושי המלאכה אַריינגעקומען מיט אַ ברייטער אַרבעטסקראַפט און זיך גענימען צו די עבודת הבנייה.
די היכל התורה וועט אריינעמען די בארימטע ״חדרי כהנא״ אויפן אויברשטן שטאק פונעם בנין וואס זענען יארן לאנג געשטאנען אין דינסט פון חברותות ושיעורי תורה, אינאיינעם מיט׳ן מערב זייט פון דער עזרת נשים, און אַצינד וועט דאָס נתחדש ווערן גענצליך ממסד ועד הטפחות אויף אַ מאַיעסטעטישן פאָרמאַט.
Comments