top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסקולען לעיקוואד וועט אנקומען אויף בליץ באזוך בארה"ק לרגל שמחת הברית פון אן אייניקל

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 26 בספט׳ 2023
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' וזאת הברכה • י"א תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז כ''ק האדמו''ר מסקולען לעיקוואד שליט''א וועט היינט אונטערנעמען א קורצע בליץ באזוך קיין ארץ הקודש לרגל די לאנג ערווארטעט'ער שמחה במעון קדשו די שמחת הברית פון אן אייניקל בן הנולד ביי בנו הרה''צ רבי אליעזר זוסיא פארטוגאל וואס וועט פארקומען דעם דאנערשטאג אין עיה''ק ירושלים.


די רבי שליט''א וועט זיך ארויסלאזן היינט נאכמיטאג פון ניו יארק אין אנקומען מארגן מיטוואך קיין ארצינו הקדושה, דורכאויס מארגן מיטוואך וועט די רבי מתפלל זיין ביי די מקומות הקודשים אין צומארגנס דאנערשטאג תיכף נאכן שמחת הברית וועט זיך די רבי ארויסלאזן אויפן וועג צוריק קיין לעיקוואד צו קענען נאך זיין אינדערהיים אויף יו''ט סוכות.

תגובות


bottom of page