מוצאי שבת פ' שופטים - ב' אלול תשפ"ג | קול בחצרות
דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכמיטאג איז כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א ארויסגעפארן פונעם מקום הנופש אין מאלויע שווייץ צום באן הויף אינעם שטעטל סט. מוריץ וואו די רבי שליט''א האט אפגעווארט אין מקבל פנים געוועהן מקורבו ואיש אמונו הרה''ח ר' חיים שטערן הי''ו פון קווינס וואס איז געקומען צו פארן אויף שבת צום רבי'ן לרגל די שבת אויפרוף פון אן אייניקל וואס איז געפראוועט געווארן בצל הקודש אין מאלויע.
צו די חתונה דער וואך וועט דער וויז'ניצער רבי שליט''א ספעציעל ארויספארן קיין לאנדאן אויף א בליץ באזוך פון בלויז איין טאג, לכבודם פון די חשובע מחותנים הרה''ח ר' יוסף שטערן מעסקני הקהילה אין בארא פארק אין הרה''ח ר' ישראל וואלצער פון די אנגעזעהנער וויז'ניצער עסקנים אין לאנדאן.
Comments