top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויס שמחה ביי חסידי סקולען וויליאמסבורג לרגל דאס הגמר הבנין של הביהמ"ד החדש סקולען וויליאמסבורג

זונטאג פ' כי תצא - ג' אלול תשפ"ג | קול בחצרות


חסידי סקולען וויליאמסבורג האבן מיט גרויס שמחה אויפגענומען די נייעס, אז ביום המסוגל ערב ראש חודש אלול, די יומא דהילולא פון רבין הרה''ק בעל 'נועם אליעזר' מסקולען זי''ע האט מען בברכתו ועידודו פון כ''ק האדמו''ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א געקלויזט דעם מקח אויף א בנין החדש והמפואר ביהמ"ד קהל סקולען וויליאמסבורג וואס וועט בס''ד דינען פאר א מקום מוכשר לתורה ולתפילה פאר כלל חסידי סקולען וויליאמסבורג און פאר אלע שכנים ארום און ארום.


די בנין געפינט זיך אויף סענפארד גאס ביי פארק עוו. עטליכע גאסן פונעם יעצטיגן לאקאל'ן ביהמ"ד, וואו די רבי האט אפגעראכטן די תפילות אין טישן די לעצטע יאהר צייט זינט ער איז נתעלה געווארן בכתר האדמור''ות.


די נייעס האט ארויסגעברענגט גרויס שמחה ביים חסידי וידידי בית סקולען און פאר תושבי וויליאמסבורג בפרט, אין אין די יעצטיגער טעג גרייט זיך דער וועד הקרן הבנין אנצוהייבן די בוי-ארבעט אז מען זאל קענען צושטעלן ווי שנעלער דעם נייעם ביהמ''ד לשם ולתפארת וואס וועט אנטהנאלטן א ביהמ''ד, חדרי תפילה, מקוה טהרה, בית רבינו אין א שמחה זאל, פארן באקוועמליכקייט פונעם ציבור.


בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.

bottom of page