top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות'דיגע מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין הת"ת 'בנין ישראל דוב' שע"י מוסדות סאטמאר קרית יואל

עודכן: 24 באוג׳ 2023

דאנערשטאג פ' כי תצא - ז' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


א גאר התרגשות'דיגע מעמד הנחת אבן הפינה איז אפגעראכטן געווארן פארלאפענעם וואך ראש חודש אלול ווען עס איז געלייגט געווארן די גרינדשטיין דער אבן הפינה פארן נייעם פראכטפולן בנין התלמוד תורה 'בנין ישראל דוב' שע''י מוסדות הקדושים סאטמאר אין קרית יואל תחת נשיאתו הרמה פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א וועלכע איז הולכת ונבנית אין די יעצטיגע טעג אויפן גיגאנטישן שטח המוסדות אין לארקין דרייוו אין קרית יואל, אין וועט געבויעט ווערן אלס בנין בתוך בנין אינעם עקזיסטירנדן בנין התלמוד תורה העקני בנין גאלדבערגער וועלכע פארמאגט היינט צוטאגס העכער הונדערט קלאס ציממערן אין אינאיינעם מיטן נייעם בנין ישראל דוב וועט עס באטרעפן העכער 130 קלאס ציממערן. וואו דער ערשטע בנין התלמוד תורה איז אויך די יעצטיגער שם בנין אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד בונה ומקים עולמות של תורה ר' ישראל דוב גאלדבערגער ועל שמו יקרא 'בנין ישראל דוב'.


אויפן פערזענליכן פארלאנג פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א איז דער מעמד אבן הפינה באשיינט געווארן דייקא דורך די צאן קדשים, וועלכע זאלן זיין אנוועזנד בעת ווען מען גיסט דעם שטיין פארן נייעם גיגאנטישן חינוך פעסטונג אין מיט זייער הבל פיהם מתפלל זיין אין מיטהאלטן דעם מעמד.


אום איינס אזייגער איז דער סאטמארער רבי ערשינען אויפן שטח הגדול וואו אלע קינדער האבן אנטפאנגען דעם רבי'ן שליט"א מיט געזאנג. די רבי איז ארויף אויפן ספעציעלן פלאטפארמע וואס איז אויפגעשטעלט געווארן, אז די קינדער זאלן קענען מיטהאלטן דעם היסטארישע מעמד. מיט גרויס רגש האבן די קינדער פארגעזינגען עטליכע מאל דעם אויסגעווייקטן אהבה רבה ניגון אין דערנאך האט די רבי שליט''א מיט גרויס ערנסקייט צוגעטרעטן צום עצם מעמד הנחת אבן הפנה ווען די קינדער זינגען מיט התעוררות דעם באקאנטן ניגון אויף קה אכסוף. נאכדעם וואס די רבי האט ארויפגעשטעלט א ספעציעלן שטיין אויפן וואנט האט ער מכבד געווען הרבני הנגיד הר"ר ישראל גאלדבערגער נדבן שם הבנין צולייגן א שטיין, ווי אויך האט די רבי מכבד געווען הרה''ח ר' יצחק אייזיק וואלטער יו"ר קרן הבנין להקים אין דער מנהל המוסדות אין קרית יואל הרב משה אלי' עסטרייכער.

דערנאך איז די רבי שליט"א ארויף אויפן פלאטפארמע וואס איז געווען צוגעגרייט אין צענטער פונעם שטח פארן מסיבת לחיים. דער מנהל המוסדות ר' משה אלי' עסטרייכער הי"ו האט מיט גאר התרגשות'דיגע ווערטער באגריסט דעם רבי'ן שליט"א, אין ארויסגעהויבן שבחו פונעם נדבן ר' ישראל שליט"א וואס – ווי די רבי שליט"א זאגט אלס אויף ר' ישראל – אז ר' ישראל'ס מעשים טובים, זיינע בנינים, ברענגען שוין פירות אויף די וועלט, און געבעטן די תלמידי המוסדות זאלן אינזינען האבן דעם נדבן און זיין חשובע בני בית צו אלעם גוטן.

דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן ברכת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, צום ערשט האט די רבי מיט קענטיגע התרגשות זיך באדאנקט פאר די עלטערע תלמידים וואס האבן געשאנקען א מנחת ביכורים פון צען טויזנט דאללער! פאר די קופת שקל הטהור ארויסברענגענדיג אז דאס איז ממתיק די עשרת אלפים ככר כסף פון המן הרשע, און ארויסגעברענגט אז מען בויעט יעצט א בנין וואס וועט נקבע ווערן אין ארץ ישראל בקרוב איז פאסיג אז די קינדער האבן שוין יעצט אינזין די מוסדות אין ארץ ישראל.


די רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן דעם חשוב'ן נדבן, די הנהלת המוסדות, און די מרביצי תורה. דערנאך האט די רבי זיך אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד לרגל המאורע אנכאפענדיג דער נדבן ר' ישראל און ר' משה אלי' הי"ו, צום ערשט אויפן זעקסטען הקפה ניגון וואס איז געזינגען געווארן דורך די טויזענטער תלמידי המוסדות זיך הייבנדיג אין די העכערע ספערן און האט נאכגעפאלגט מיט נאך עטליכע ניגונים, צום שלוס האבן די תלמידים ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה.






















Comments


bottom of page