top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חבריא 'אהבת קדומים' מיסודו פון האד' מבעלזא צוגאסט ביים טיש חול המועד סוכות בחצה"ק בעלזא

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 10 באוק׳ 2023
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' בראשית • כ"ה תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

אן אינטערסאנטע אין אומגעווענדליכע מחזה האט זיך אנגעזעהן דעם חול המועד סוכות בחצר הקודש בעלזא ווען עס האבן זיך אנטייל געוועהן ביים טיש ליל אושפיזא דיוסף די חבריא 'אהבת קדומים' וועלכע כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט אוועקגעשטעלט נישט לאנג צוריק, מיטן ציל אנצוהאלטן א קשר מיט אוועקגעפאלענע נפשות פון היימישע משפחות וועלכע האבן אן אפענעם טיר ווען איממער ביים בעלזא רב שליט''א וועלכע האלט אן א קשר מיט יעדן פון די עצמות יבשות.


אצינד דעם פארגאנגענע יו"ט סוכות האט דער רבי שליט"א געלאדנט די טייערע אידן אנטייל צונעמען ביים טיש לרגל די אושפיזין דיוסף צדיקא, פארן טיש איז ארגאניזירט געווארן א ספעציעלער שמחת בית השואבה פאר די געסט אינעם סוכה פון הרב מנחם קליין יושב ראש ארגון מוסדות התשובה אין בעלזא וועם די רב שליט''א האט אויך ממנה געוועהן צו שטיין בראש פון דעם חבורה, עס האט אויפגעטראטן מיט א דרשה הרה''צ רבי אברהם שמואל צבי רוקח נכד כ''ק האד' מבעלזא שליט''א אין א לענגערע צייט האט מען זיך משמח געוועהן לכבוד החג.


שפעטער ביים טיש איז געוועהן אנגעגרייט ספעציעל דעזיגנירטע פלעצער פאר די חבריא, אין נאכן טיש האבן זיי געהאט די זכיה אריינצוגיין אל הקודש פנימה וואו כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א האט זיי ארויסגעוויזן א קירבה יתירה אין פארטיילט געבענטשטע האניג פאר אלע משתתפים.


ree

ree

תגובות


bottom of page