top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באשמורת הבוקר קראתיך קל מהולל • האד' מצאנז קלויזענבורג ביים ציון הרשב"י אין מירון

זונטאג פ' האזינו א' • כ"ד אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד כהן


פארלאפענעם וואך דינסטאג איז כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א ארויף בראש קהל חסידיו צום ציון המצוינת פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי אין אתרא קדישא מירון לבקש תפלה ותחנונים על עמך בית ישראל אריינטרעטנדיג אין די ימי הרחמים והסליחות הממשמשין ובאין.


אום 3:00 פארטאגס איידערן פארלאזן עיה''ק צפת איז די רבי שליט"א געגאנגען אין מקווה אין דאן ארויסגעפארן קיין מירון. מיט א חרדת קודש איז די רבי אריין אינעם מערה און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מעריב דינענדיג אלס שליח ציבור, נאך מעריב האט די רבי אנגעהויבן תהילים, ווי פאר גאנצע צוויי שעה האט די רבי געזאגט די מזמורי תהילים מיט גרויס דביקות און בכיות, נאכגעפאלגט מיט די יהי רצון כבן המתחטא לפני אביו מיט גרויס השתפכות הנפש.


נאך אמירת תהילים האט די רבי געליינט די קוויטלעך פון די נגידים אין תומכי המוסדות, און זיך משתטח געווען ביים ציון הק' מיט בכיות נוראות. בשעה 8:00 צופרי נאכן אפרעכטן די עבודת הקודש וואס האט זיך פארצויגן גאנצע פיר שעה, האט די רבי פארלאזט דעם ציון הק' אויפן וועג צוריק צום אכסניא אין עיה"ק צפת.




























bottom of page