top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגאון רבי שמואל בראנדסדארפער קומט קיין ניו יארק לטובת איבערבוי פראיעקט פונעם ביהמ"ד הגדול תוא"י

מונטאג פ' מטות מסעי - כ"א תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


מיט גרויס ערווארטונג גרייט זיך דאס יהדות החרדית אין ניו יארק אויפצונעמען די הויכגעשעצטע רבנ'ישע און עסקנים דעלעגאציע אין שפּיץ פון הגאון האדיר רבי שמואל בראנדסדארפער שליט"א, חבר בית דין הגדול שבירושלים, ומגדולי רבני קהל "תולדות אברהם יצחק", און די מנהלי מוסדות "תוא"י אין ירושלים, וועלכע קומען היינט קיין אמעריקע, בשליחת קודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, כדי צו שאפען די נויטיגע פאנדען צו קענען ענדיגן בעתו ובזמנו, דעם גרויסארטיגן פארברייטערונג און איבערבוי פּראיעקט פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין ירושלים עיה"ק, וועלכע גייט בס"ד די טעג אן מיט'ן פולען פּארע, מיט'ן האפענונג אז דער ערשטער פאזע פון דער בוי פּראיעקט וועט בעז"ה זיין גרייט אויף די בעפארשטייענדע ימים נוראים תשפּ"ד הבעל"ט.


ווי שוין באריכטעט האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, פארלאנגט און אויפגעפאדערט נאך זינט די פארגאנגענע ימים נוראים העעל"ט, אז עס זאלען גענומען ווערן שריט פילפאכיג צו פארברייטערן און פארדאפּלען דער צענטראלער ביהמ"ד הגדול פונעם "תוא"י" הויף אין ירושלים עיה"ק, ביי וועלכן עס הערשט א שרעקליכן געדרענג, וועלכע האבען זיך געגרעניצט מיט פּיקוח נפש ממש. און נאך חודשים פון דורך טראכטען און שטודירן מיט מומחים און עקספּערטן און די פירענדע עסקנים פון דער הויף, איבער די עקזיסטירענדע און מעגליכע אפּציעס, איז מיט עטליכע וואכען צוריק אונטער גענומען געווארן דער מאסשטאבליכער פארברייטערונג און איבערבויען פּראיעקט פונעם ביהמ"ד הגדול אין ירושלים, א אונטערנעמונג וואס דארף קאסטן העכער 5 מיליאן דאלאר!.


וואס דעריבער האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א - וועלכער איז, מחמת חולשתו, די יאר אפילו נישט געפארען צו זיין געווענליכע אפּרוה אין שווייץ - ממנה געווען הגאון הגדול הר"ש בראנדסדארפער שליט"א, חבר בית דין הגדול שבירושלים, און מגדולי רבני הקהלה, צו פארען במקומו, און שטיין אין שפּיץ פון די חשוב'ע דעלעגאציע, וועלכע וועלן בשליחותו ארויספארן קיין ניו יארק, מעורר צו זיין די נגידי ושועי היהדות החרדית און די נדיבי עם הי"ו אין אמעריקע, צו צו לייגען א פּלייצע, און ארויס העלפן אין דער הייליגער פּראיעקט, אויפצושטעלן און ענדיגן דער אייגענארטיגער ביהמ"ד הגדול בעתו ובזמנו, וועלכע דינט אלס תל תלפּיות און מקום תורה, יר"ש וחסידות, פאר תלמידי וחסידי "תולדות אברהם יצחק" פון איבער ארה"ק און פון איבער די גאנצע וועלט, און פאר חסיד'ישע און חרדי'שע אידען אין אלגעמיין, בני הישוב הישן, אנשי ירושלים, ובני עלי', פון איבער גאנץ ארה"ק.


*

מען גרייט זיך צו תפילת מנחה ערש"ק פר' בלק אינעם נייעם נאבעלן גיגאנטישן צייטווייליגן ביהמ"ד




bottom of page