top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מרחמיסטריווקא וועט אנקומען קיין ניו יארק אויף ניחום אבלים ביי בני הרה"ק מרחמיסטריווקא זצוק"ל

דאנערשטאג פ' שופטים - ל' אב תשפ"ג | קול בחצרות


דעם קומענדיגן זינטאג אויפדערנאכט וועט זיך כ''ק האדמו''ר מרחמיסטריווקא שליט''א ארויסלאזן פון ארץ ישראל אויף א קורצע באזוך אין ניו יארק וואו די רבי שליט''א וועט מנחם אבל זיין ביי שארי בשרו מרנן האדמורי''ם שליט''א לבית רחמיסטריווקא קינדער פונעם פעטער הרה''ק מרחמיסטריווקא זצ''ל. די רבי שליט''א וועט זיך אויפהאלטן אין ניו יארק ביז מיטוואך ככלות השבעה אין ארויפגיין צום ציון הק' אינאיינעם מיט די אדמורי''ם שליט''א. אזוי אויך ווערט געפלאנט א גרויסער עצרת הספד אויף די קומענדיגער וואך ככלות השבעה ווי דער רחמיסטירווקא רבי שליט''א וועט אויפטערטן מיט דברי הספד.


אין אנדערע נייעס איז היינט אפגערופן געווארן דער סעודת ראש חודש בחצר הקודש רחמיסטריווקא אין ליכט פון די אבילות נאך די הסתלקות פון פונעם רבי'ן זצ''ל.

Comments


bottom of page