top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ושאבתם מים בששון • מעמד מרומם פאר חסידי סקווירא פון ארה"ק אין אייראפע בוני ושותפי המקוה

דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


די הונדערטער חסידי סקווירא תושבי ארה''ק אין אייראפע אנשים נשים וטף, האבן דעם חול המועד סוכות מיטגעלעבט א מעמד מרומם ביים שמחת בית השואבה ספעציעל געאייגענט פאר די געסט פון אויסלאנד די בונים אין שותפים לדבר מצוה אין די היסטארישע מקוה פראיעקט וואס זענען געקומען צו פארן אויף די צווייטע טעג יום טוב בצל הקודש.


די מעמד איז פארגעקומען אינעם סוכה הגדולה בחצר הקודש צוגעשטעלט אויף א שיינעם פארנעם באגלייט מיט כלי זמר לכבוד החג. מען האט מקבל געוועהן את פני הקודש פונעם רבי'ן שליט''א מיט ניגוני שמחה אין דאן האט אויפגעטראטן הרב יצחק יוסף אונגאר מחברי וועד קרן הבנן וואס האט ארומגערעט איבער די אויפבוי פונעם נייעם מקוה אין מקבל פנים געוועהן די געסט מקרוב ומרחוק, דערמאנענדיג יעדער שטאט באזונדער. דאן האט גענימען דאס ווארט הרב סענדר אוסטערליץ וואס האט אויך מיט פאסיגע דיבורים באגריסט די חשובע אורחים, אין משלב געוועהן די היסטארישע מעמד יציקת הבורות פארן מקוה דעם ל''ג בעומר מיט די יעצטיגער מעמד.


נאך א ניגון הכנה האט כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א משמיע געוועהן מדברות קדשו לרגל המאורע אין לכבוד העם הנאספים, די רבי האט ארומגערעט איבער די זמן גרמא פון יו''ט סוכות צו טוהן פאר א מקוה, בפרט די היינטיגע נאכט אושפיזא דיוסף הצדיק אין די רבי האט מסיים געוועהן בברכת קדשו לרוב. מען האט געזינגען פרייליכע ניגונים 'אמר רבי עקיבא', ושמחת בחגיך' אין נאך, אין מען האט זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד בשמחה וחדווה.


צום שלוס פונעם מעמד האבן די חסידים געהאט די זעיה אריבערצוגיין ביים רבי'ן אין איבערגעבן דעם תרומת הקודש פאר די נייע מקוה. נאכן מעמד איז ספעציעל געעפנט געווארן די טויערןפון די מקוה פארן ברייטן ציבור, וואו מען האט געקענט באטראכטן די נייע מקוה פון דער נאנט.
























































Comments


bottom of page