top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תורה תורה חגרי שק • זקן ראשי הישיבות הגאון רבי אהרן שעכטער זצ"ל נסתלק געווארן אין עלטער פון 94 יאהר

דאנערשטאג פ' כי תצא - ז' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


תורה תורה חגרי שק והתפלשי באפרים


א וואלקן פון טרויער האט זיך אראפגעלאזט אויף די ליטווישער עולם התורה והישיבות אין אמעריקא אין אויף די גאנצע אידישע וועלט מיטן אנקום פון די שווערע בשורה, איבער די הסתלקות לגנזי מרומים פונעם זקן ראשי הישיבות אין מנהיג עדת ישורון הגאון האדיר רבי אהרן משה שעכטער זכר צדיק לברכה ראש ישיבת ר'בינו חיים בערלין' אין פלעטבוש וחבר מועצת גדולי התורה וואס איז יעצט צופרי נסתלק געווארן אין טיפן עלטער פון 94 יאהר, איבערלאזנדיג נאך זיך שווערע טויזענטער תלמידים פאר'אבל'ט און צובראכן.


די לוי' וועט ארויסגיין היינט 12:00 מיטאג פון היכל ישיבת רבינו חיים בערלין אויף 1585 קאוני איילענד עוו. אין פלעטבוש, אין פון דארט צום בית החיים אין לאנג איילענד וואו דער ראש ישיבה וועט געברעגנט ווערן למנוחת עולמים.


וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.



Comments


bottom of page