מיטוואך פ' נח • ג' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט גרויס התרגשות גרייט זיך דאס יהדות לעיקוואוד, מקבל פנים צו זיין פני הוד כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס איז קומענדיגן זונטאג נאכמיטאג, א' פרשת לך לך ערווארטעט אויף א קורצן באזוך אין די שטאט, אויף וואס די תושבי העיר בכלל, ובפרט עדת תלמידי וחסידי סאטמאר קוקן ארויס מיט א רגש של שמחה זיך מיטצופרייען מיט די געהויבענע "שמחה משולשת", קבלת פני צדק, חגיגת הכנסת ספר און מעמד חנוכת הבית, וואס וועלן צוזאמען אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר.
דער רבי שליט"א קומט ספעציעל צו פארן קיין לעיקוואוד, לרגל דעם געהויבענעם מעמד הכנסת ספר תורה וועט אריינגעגעבן ווערן צום נייעם סאטמארער ביהמ"ד, ביהמ"ד דקהל יטב לב דסאטמאר "בנין משה זושא ניישטאדט" וואס איז בנוי לתלפיות בנדבת לבו הטוב פון הנגיד מוה"ר זושא ניישטאדט הי"ו פון קרית יואל, וועלכע האט זוכה געווען צו פארענדיגן די ספר תורה, נאכ'ן אפקויפן דעם זכות שם הבנין פון דעם ביהמ"ד, וואס ער האט גענומען אויף זיך להחיות נפש צדיק, צו זיין דער נדבן פונעם בנין המפואר פונעם סאטמארער ביהמ"ד אין לעיקוואוד, וועלכע איז אויסגעשטיגן אַַלס אבן שואבת פאר עדת חסידי סאטמאר תושבי העיר צוזאמען מיט פילצאליגע אידן, בני תורה וחסידים ואנשי מעשה וואס האבן זיך קובע מקום געווען לתורה ותפלה אין דעם נייעם ביהמ"ד.
די שמחה וועט זיך אנהייבן שוין מארגן דאנערשטאג, ביים "כתיבת האותיות" וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין שטוב פונעם בעל שמחה ר' זושא הי"ו אין קרית יואל. גלייכצייטיג גרייט מען זיך אין לעיקוואוד ציט די פיבערהאפטע הכנות צום געהויבענעם מעמד. א ספעציעלער שאטער אז אויפגעשטעלט געווארן אויפ'ן גרויסן באדן נישט ווייט פונעם בנין ביהמ"ד, וואו עס וועט אפגעראכטן ווערן דער מעמד גמר כתיבת האותיות.
זונטאג נאכמיטאג, צו די באשטימטע צייט וועט מען האבן די זכי' מקבל פנים צו זיין פני כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. דער רבי וועט ערשיינען אינעם שאטער, און דארט גומר זיין די כתיבת האותיות, און דערנאך ארויספירן דעם ספר תורה לרוחובה של עיר. אין היכל הביהמ''ד מען וועט האבן די זכי' מיטצוהאלטן די ריקודין של שמחה פון רבי'ן שליט"א.
גלייך נאך אמירת "לדוד מזמור" פון רבי'ן שליט"א, וועט מען צוריק מסדר זיין דעם ביהמ"ד, און מען וועט דארט פראווען דעם געהויבענעם מעמד "מסיבת חנוכת הבית" צוזאמען מיט די סעודה לגומרה של תורה, ביי וועלכן מ'וועט הערן די דרשות פון די רבנים הגאונים שליט"א, ובראשם וועט מען האבן די זכי' צו הערן די דברות קודש פונעם רבי'ן שליט''א וואס וועט משמיע זיין דברי הדרכה וחיזוק פאר די מתפללי ביהמ"ד ועדת חסידי סאטמאר תושבי העיר.
Comments