top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאבוב דינס אלס סנדק ביי דריי ברית'ן פון פירלינג קינדער נכדי הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע

דינסטאג פ' וזאת הברכה • י"א תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


היינט צופרי איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק דריי ברית'ן פון פירלינג קינדער וואס זענען געבוירן געווארן דעם פארגאנגענעם זוממער ביי האברך החשוב בנש''ק ר' שלום אליעזר פרענקל, אייניקלעך פון הגה"צ אב"ד טשאקאווא קערעסטיער, הגה''צ רבי חיים יעקב טויבער דומ"צ באבוב און הרה"צ הישיש ר' אהרן דוד טווערסקי שליט"א נכד הרה"ק בעל 'קדושת ציון' מבאבוב.


כ''ק האדמו''ר מבאבוב שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ביי אלע דריי ברית'ן אין מיט די ברכות וקריאת השם האט די רב שליט''א מכבד געווען די זיידעס, די ערשטע ברית די זיידע הרה"צ ר' אהרן טווערסקי, די צווייטע ברית די זיידע הגה"צ דומ"צ באבוב און די דריטע ברית די זיידע די טשאקאווא רב, די מוהלים זענען געווען הרה"צ ר' דוד הלברשטאם בן האדמו"ר מבאבוב און הרה"צ ר' שלום יצחק טויבער סגן דומ"צ באבוב.


ביים סעודת ברית האט די רב שליט''א משמיע געוועהן דברות קודש לכבוד די שמחה און ארויסגעברענגט די חסדי הבורא על כל צעד ושעל, און דערנאך האט די בעל ברית אויפגעטראטן מיט דברי תורה.



Comments


bottom of page