top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד היסוד אין חלוקה דורך קרן "תומכין דאורייתא" פארגעקומען במעונו פונעם פוסק הדור

דאנערשטאג פ' וזאת הברכה • י"ג תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד ארזני


א היסטארישע חלוקה איז פארגעקומען נעכטן מיטוואך אווענט במעון הקודש פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א, וואו עס איז באותו מעמד געגרינדעט געווארן דעם נייעם קרן "תומכין דאורייתא" שע"י וועד הפעולה פון די עדה החרדית וואו עס איז שוין באותו מעמד פארטיילט געווארן די ערשטע תמיכה פאר די רבנים אין מורי הוראה פון די עדה החרדית וועלכע באדינען דעם ציבור געטריי יומם ולילה להורות את דבר השם זו הלכה.


עס איז געוועהן מיטן השתתפות פון די רבני וועד הפעולה אין שפיץ פון הגאון רבי נתן קופשיץ שליט"א רב שכונת נחלה ומנוחה אין בית שמש אין נאך רבנים אין עסקנים, באזונדער האבן זיך אנגעזעהן די חברי הנהלת העדה החרדית אין שפיץ פון הרה"ח ר' שמעון ווייס שליט"א, הרה"ח הישיש ר' חיים ראטה שליט"א, אין הרה"ח ר' פנחס בינדער שליט"א.


מען האט געטרינקען לחיים אין דער פוסק הדור האט אנגעוואונטשן ווארעמע ברכות, אין דאן אפגעשריבן א קורצע מכתב חיזוק לטובת דעם נייעם קרן. עס איז פארטיילט געווארן טויזענט דאללער פאר יעדע מורי הוראה און פאר די שרי התורה די חברי הבד"ץ איז פארטיילט געווארן א תמיכה פון צוויי טויזענט דאללאר. די געלטער זענען געשאפן געווארן דורך די ווארימע שטיצע פון אחינו שבגולה תלמידי וחסידי סאטמאר, וועלכע האבן במשך די פארגאנגענע עשרת ימי תשובה אונטערגעשריבן שטרי שותפות, אין זיך איינגעקויפט זכותים צום יום הדין.






































Kommentarer


bottom of page