top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה"צ רבי אלטר משה טווערסקי אויפגענימען אלס רב ואב"ד דחסידי ראחמיסטריווקא אין רמה ד' בית שמש

דאנערשטאג פ' לך לך • י"א חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


חסידי ראחמיסטריווקא בארץ הקודש איינוואוינער אין די נייע שכונה אין רמה ד' אין בית שמש, האבן מיט פרייד ערהאלטן די בשורה טובה איבער די התמנות פון הגה"צ ר' אלטר משה טווערסקי שליט"א אלס רב ואב"ד דחסידי ראחמיסטריווקא אין רמה ד' געגנט אין בית שמש, לכהן פאר ולעמוד בראש פון די שיינע קהילה, און אנצופירן די בית המדרש בדרך אבותיו הקדושים אדמור"י ראחמיסטריווקא לדורותיהם.

הרה"צ ר' אלטר משה טווערסקי איז א זון פון הגה"צ ר' וועלוויל טווערסקי זצ"ל, זון פון הרה"ק ר' יוחנן מראחמיסטריווקא זי"ע, און חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א. אין די לעצטע תקופה האט ער זיך אריבערגעצויגן וואוינען אין די נייע רמה ד' געגנט אין בית שמש, און אצינד איז ער אויפגענומען געווארן דורך שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א צו שטיין אין שפיץ פון די ראחמיסטריווקא קהילה, און באגלייטן די אינגעלייט חברי הקהילה ברוחניות ובגשמיות.

נעכטן נאכט איז פארגעקומען א מעמד חנוכת הבית און קביעת מזוזה פאר די נייע דירה פונעם רב שליט"א אין רמה ד' בית שמש, אין שפיץ פון זיין גרויסן שווער כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א. עס האט זיך פארזאמלט א שיינע ציבור חסידים חברי קהילת ראחמיסטריווקא צו מקבל פנים זיין דעם נייעם רב, און א לענגערע צייט האט מען פארברענגט בשירות ותשבחות און דברי תורה וחסידות.

יאריך ימים על ממלכתו על דרך אבותיו הקדושים.


*

האד' מראחמיסטריווקא אין א ריקוד מיט ש''ב הרה''צ רבי אלטר משה טווערסקי ביי איינע פון די שמחות אין די משפחה


Comments


bottom of page