top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בְּמוֹצָאֵי יוֹם גִּילָה • צענטראלער שבע ברכות בשמחת בית פאפא - אלכסנדר

דינסטאג פ' לך לך • ט' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


א גאר דערהויבענע שמחת שבע ברכות געפראועט געווארן דעם מוצאי שבת בחצר הקודש פאפא לכבוד דער שמחת החתונה במעון קדשו פונעם רבי'ן שליט''א בסימן טוב ובמזל טוב.


נאכ'ן זיך וואשן צום סעודה האט די רבי שליט''א מכבד געוועהן בנו בכורו דער מחותן הגה''צ רבי מאיר גרינוואלד דומ''ץ פאפא אויפצוטרעטן לכבוד די שמחה, אין דאן אליינס משמיע געוועהן מדברות קדשו ארומרעדנדיג איבער דער חיוב הודאה להשי''ת, אויך האט זיך די רבי באדאנקט פאר אלע עסקנים וועלכע האבן אהערגעשטעלט אזא שיינע שמחה.


במשך די שמחה האבן זיך משתתף געוועהן כ''ק האדמו''ר מדינוב שליט''א אין כ''ק האדמו''ר מוויען שליט''א, וועם די רבי האט מכבד געוועהן צו טאנצן מיטן חתן. אזוי אויך האבן די בחורי החסידות פארגעשטעלט א מנחת ביכורים פון טויזנטער שעות רצופות וואס די תלמידי הישיבה האבן געלערנט במשך די פאריגע זמן אין די ימי בין הזמנים לכבוד די שמחה אינעם רבינס הויף. נאכן בענטשן האט דער בחדן ר' נחמן ליווי משמח געוועהן מיט דברי בדחנות אין דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע ריקודים של שמחה, לכבוד שמחת חתן וכלה וואו די רבי שליט''א איז אראפ צום חלל פונעם ביהמ''ד אין געטאנצן מיטן חתן אין מיט בנו הרה''צ רבי מאיר, די מחותנים אין זיידע'ס.








Comments


bottom of page