top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ליבן ואוהבן של ישראל • גרויס התעוררות ביי יומא דהילולא פון האד' בעל 'תפארת מרדכי' מפיטסבורג זצ"ל

מונטאג א' דחוה"מ סוכות • י"ז תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי בריכטא


דעם היינטיגן טאג איז ביי חסידי ואוהדי בית פיטסבורג אפגעצייכענט געווארן די דריטער יומא דהילולא פונעם ליבן ואוהבן של ישראל כ''ק אדמו"ר מפיטסבורג זצ"ל בעל תפארת מרדכי וואס איז נסתלק געווארן מיט דריי יאהר צוריק אין סאמע ברען פון די קאראנע מגיפה ביום י''ז תשרי תשפ''א.


נעכטן זינטאג נאכט בליל ההילולא איז פארגעקומען די סעודת הילולא אין דער פיטסבורג'ער הויף אין אשדוד בראשות בנו ממלא מקומו כ''ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט''א, וואס האט אפגערכאטן דעם שולחן הטהור לכבוד די יארצייט און לכבוד המועד אינעם סוכה הגדולה פארנט פון גרויסן פיטסבורג'ער ביהמ''ד מיט די השתתפות פון פילע תלמידים וחסידים אין תושבי העיר אשדוד, אין שפיץ פון די רבני ודייני העיר, אישי ציבור און א שיינעם צאל געסט און נגידי ותומכי המוסדות פון אויסלאנד.


במשך די סעודת הילולא האבן צענדליגע יונגעלייט און בחורים מסיים געוועהן מסכתות לטובת נשמתו הטהורה, די רבי שליט''א האט משמיע געווען לענגערע דברות קודש ארומרעדנדיג במשנתו הטהורה פון אביו הגדול די בעל הילולא, און מעורר געווען די חסידים זיך מדבק זיין בדרכיו הטהורות.


במשך דעם טיש האט די פיטסבורגער קאפעליע פארגעזינגען א רייע ניגוני קודש וואס זענען פארפאסט געווארן דורך די בעל ההילולא און האט מנחיל געווען לדורות, און ניגוני שמחה זכר לשמחת בית השואבה. פארן בענטשן איז פארגעקומען די מעמד חלוקת תעודות פאר הני צורבי מדרבנן די בחורי חמד תלמידי הישיבות הקדושות וועלכע האבן זיך פאהערט אויף הונדערטער בלעטער גמרא אין ראם פון חבורת 'שנון ודברת בם' מיסודו פונעם רבי'ן זצ"ל, ווען צום ערשט האט די ראש ישיבה הגה"צ רבי יעקב לייפער שליט"א אויפגעטראטן מיט א דרשה ארויסברענגענדיג די גרויס עמל ויגיעה פון די תלמידים און די השקעה וואס די צוות הישיבה האבן אריינגעלייגט ארויסצוגעבן די שיינע פירות, דאן האט די רבי פארטיילט די תעודות פאר די בחורי חמד און מאציל געווען מברכות קדשו.


היינט בעצם יומא דהילולא נאך מנחה איז פארגעקומען א באשיידנעם יארצייט סעודה צוגעשטעלט כיד המלך געאייגענט פאר די אברכי הכוללים און די תלמידי הישיבות הקדושות ווי די רבי האט משמיע געווען לענגערע שיחת קודש און דברי הדרכה פאר די חסידים, אויך האט די רבי אפגעגעבן א שבח והודאה להשי"ת אויף די חסדי ה' וואס באגלייט די קהילה על כל צעד ושעל, און ווידער מפליא געווען די געוואלדיגע שלום ושלווה  וואס הערשט אינהעראלב די קהילה ומשפחת המלוכה, און דערביי אנגעוואונטשן אמו הרבנית הצדקנית תליט"א מיט אריכות ימים ושנים טובות, און מסיים געווען מיט פילע ברכות פאר די ברודער'ס און שוואגער'ס הרבנים הגאונים הצדיקים ולכל קהלא קדישא בזכותו של בעל ההילולא.


נאכן סעודה איז די רבי ארויף בראש קהל חסידיו צום אוהל הקדוש מקום מנוחת קדשו אויפן בית החיים אין אשדוד וואו מען האט געזינגען ניגוני התעוררות מבי מדרשו של רבי, און די חסידים זענען דורך אל מול פני הקודש מיט קוויטלעך להיוושע בכל מילי דמיטב.






















Comments


bottom of page