top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אבן מאסו הבונים • היסטארישע מאמענטן ביים מעמד 'הנחת אבן הפינה' פארן מרכז העולמי ישועות משה וויז'ניץ

מאנטאג פ' האזינו • ג' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר


מיט אומבאשרייבליכע געפילן האבן חסידי ויזניץ מיטגעהאלטן די היסטארישע מעמד הגדול והקדוש, חגיגת הנחת אבן הפינה ומגילת היסוד פאר די נייע בנין מרכז העולמי ישועות משה, בעיר התורה והחסידות בני ברק, במקהלות אלפי חסידים ואנשי מעשה אין שפיץ פונעם געטרייען מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א.


די לאנג ערווארטעטע מעמד איז געפייערט געווארן דורך כלל חסידי ויזניץ מארץ ובגולה, פארלאפענעם דאנערשטאג שפעט נאכמיטאג בליל ערב ראש השנה, ווען כולם נקבצו ובאו, ווען אלע חסידים פון איבער די גאנצע וועלט זענען געקומען מיטהאלטן די געהויבענע מעמד, און וויילן אויף יום טוב ראש השנה בצל הקודש.


די שטח הבניה, וואו עס איז שוין געגראבן געווארן גאנצע צוואנציג מעטער אונטער די ערד, איז פאכמאניש אהערגעשטעלט געווארן פאר די מעמד, סיי מיט פראכט, און סיי מיט פארשידענע זיכערהייט מוסנאמען, אין איינקלאנג און צוזאמענארבעט מיט די לאקאלע אחראים און געטרייע עסקנים.


אין די אווענט שעה'ן האט מען מקבל געווען את פני הקודש, ווען די גאנצע שטח איז געווען איבערגעפולט מיט חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים, אויף ספעציעלע געבויעטע טרעפ איז דער רבי שליט"א ערשינען במלוא הדרו לקול תרועת הזמר זינגענדיג די נייע ניגון אור חדש על ציון תאיר, דער רבי איז געקומען אין באגלייטונג פון די קינדער און מקורבים, אין שפיץ פון הנגיד החסיד ר' חיים שטערן פון קווינס, און הנגיד ר' אהרן נוטאוויטש, וועלכע האבן מיט גרויסע געלטער געהאט די זכיה אפצוקויפן דעם דאזיגן שטח מיט יארן צוריק.


הרה"ג ר' ישעי' גרינפעלד מחשובי החסידים אין שטאט לאנדאן האט מקבל געווען די חשובע פארזאמלטע, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע מסירת נפש וואס יעדע חסיד האט אריינגעלייגט אין דעם הייליגן פראיעקט, צו זיין א שותף אין דעם היסטארישן בנין מרכז העולמי ישועות משה. הרב החסיד ר' פישל כהנא מנהל תלמוד תורה ויזניץ אין וויליאמסבורג האט אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער בגודל קדושת היום, און דאן האט הגה''צ ר' אשר גרינפעלד רב הקהילה אין מאנטריאל פארגעליינט די מגילת היסוד, וואס איז פאכמאניש געשריבן געווארן לויט די קלארע הוראת הקודש פונעם רבי'ן, געבויעט אויף די ראשי תיבות פון די ווערטער 'מרכז העולמי ישועות משה'. אינעם מגילת היסוד שרייבט דער וויזניצער רבי אז ער בויעט א בית המדרש על דרך אבותיו הקדושים, ולמעלה בקודש ביזן הייליגן בעל שם טוב הקדוש זי"ע. און דערונטער האט אונטערגעשריבן דער רבי פערזענליך, און אלע חסידים וואס האבן זיך משתתף געווען אין דעם מאסיוון פראיעקט אין די לעצטערע חדשים.


דאן האט די רבי שליט''א מיט א קול געשטיקט פון טרערן פארגעזאגט שיר המעלות ממעקים פסוק בפסוק מיט גרויס התעוררות אין דערנאך משמיע געוועהן קורצע דברות קודש זאגנדיג אז מען וועט מער מאריך זיין ביים טיש נעילת החג.


מיט גרויס התעוררות האט מען געזינגען ניגוני ימים הנוראים, און דאן איז דער ויזניצער רבי אראפ אויפן ספעציעלען פלאטפארמע, און מיט א תפילה חרישית דערמאנט די זכות אבות הקדושים, דאן האט דער רבי אריינגעלייגט די מגילת היסוד, און געגאסן די צעמענט בשלהבת אש קודש, ווען די ציבור ארום ברעכט אויס אין פייערליכע געזאנג צו פייערן דעם היסטארישן מאמענט בקורות ימי החסידות.


נאכן רבי'ן האבן געגאסן די קינדער, בנו הרה"צ ר' חיים מאיר האגער, חתנו הרה"צ ר' ברוך האגער בן כ"ק אדמו"ר מסערט ויזניץ, און דער בארימטער נגיד וחסיד הרב חיים שטערן פון קווינס וועם די רבי האט מכסד עגוועהן צו גיסן דעם יסוד אלס שליח הקהל. צום שלוס פונעם מעמד איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו אמירת סליחות זכור ברית ברוב עם הדרת מלך.




















































Commenti


bottom of page