top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קידוש ה' • התרגשות'דיגע בר מצוה פאר ספרד'ישער בחור פון דרום ארץ ישראל אפגעראכטן אין קרית וויז'ניץ

מאנטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: מוטי טוויל


א אייגענארטיגע שמחת הבר מצוה איז פארגעקומען נעכטן אויפדערנאכט אין זאל פון תלמוד תורה ויזניץ אין שיכון ויזניץ בני ברק, פאר א ספרד'ישער בחור וואס וואוינט אין איינער פון די געגנטער אין דרום ארץ ישראל, און איז אנטלאפן פון זיין וואוינארט צוליב די שרעקליכע מלחמה צושטאנד אין די ארטיגע געגנטער.


דער בר מצוה בחור איז אנגעקומען פארלאפענע וואך קיין בני ברק, וואו ער איז איינקוואטירט געווארן אין די בניני הכנסת אורחים אין שיכון ויזניץ בני ברק, וואו עס האלטן זיך אויף פילע פליטים און איינוואוינער פון די דרום שטעט. גרייכענדיג דעם עול התורה והמצוות האבן די וויזניצע עסקנים אפגעראכטן א רייכע סעודת בר מצוה לכבודו אין זאל פון די וויזניצע תלמוד תורה, וואו עס איז סערווירט געווארן א געשמאקע סעודה לכל העם הנאספים, און מוזיק איז געווארן צוגעשטעלט דורך הרב מאיר אדלער און ר' מנחם הורוויץ.


ביים שמחה האט זיך אנגעזעהן די פערזענליכע השתתפות פון בני מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, בנו הגדול הגה"צ ר' חיים מאיר האגער אב"ד קרית ויזניץ, און בנו הגה"צ ר' יעקב מרדכי האגער אב"ד ויזניץ אלעד, וועלכע האבן ביידע געשאנקען א מתנה דורן דרשה פאר די בר מצוה בחור. אזוי אויך האבן די וויזניצע אינגעלייט משמח געווען פאר לענגערע שעות, און געטאנצן לעבעדיג לכבוד די שמחה.

























Comments


bottom of page