top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מיליאנען שקלים אויפגעטריבן ביי גייסטרייכע דינער 'אלה תולדות' לטובת קרן הבנין פון נייע ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין טבריה

מאנטאג פ' שמות • כ' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין


א רייכע מעמד איז פארגעקומען נעכטן זינטאג אין בעפארברייטונג צום אלוועלטליכן קאמפיין 'אלה תולדות' לטובת די קרן הבנין להשלמת בנין ביהמ''ד הגדול והחדש דחסידי תולדות אהרן אין עיר הקודש טבריה, די מעמד איז פארגעקומען אין די זאל פון 'די סיטי' אין מעלה אדומים, וואו עס זענען געלאנדט געווארן די מייסדים און נחשונים פונעם בית גדול וקדוש, לקראת די גרויסע קאמפיין וואס וועט געלאזט ווערן אין גאנג אין די נאנטע טעג אין וועט פאראייניגן כל קהלא קדישא חסידי תולדות אהרן איבער די וועלט, צו פארענדיגן דעם בית מקדש מעט כלול בהדרו לשם ולתפארת.


די מעמד איז געקרוינט געווארן מיט די פרעזענדליכע השתתפות פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, אין בנו חביבו הגה''צ רבי משה קאהן שליט''א וועם די רבי שליט''א האט ממנה געוועהן אלס רב אין די ק''ק תולדות אהרן אין טבריה.


במשך די אווענט האט די רבי שליט''א משמיע געווען דברות קדשו לכבוד המאורע, ארומרענדיג איבער די הילולא קדישא פונעם הייליגן רמב"ם זי"ע וואס מקום מנוחת קדשו איז אין עיה"ק טבריה. אזוי אויך האט זיך די ציבור המשתתפים צוגעהערט צו די ווארימע דרשות וואס זענען געהערט געווארן פון די בארימטע בעלי דרשנים הרה"צ המשפיע רבי נחמן בידערמאן, הרה"ח ר' יחזקאל טויסיג, און הרב מנחם מענדל פעלדמאן, און אזוי אויך האבן הני תרי בדחני ר' מאיר שטיין און ר' מרדכי צין מהנה געווען די פארזאמלטע מיט א גייסטרייכע שפיל וואס האט ארויסגעברענגט די ציל פונעם אסיפה.


דערנאך האבן אלע פארזאמלטע אונטערגעשריבן די שטרי התחייבות לטובת די קאמפיין, וואס איז אנגעקומען צו א סך הכל פאר מיליאנען שקלים אדאנק די ווארימע שטיצע, אין מיטן האפענונג צו שאפן די איבעריגע געלטער צווישן די נדיבים בעם בארץ וגולה ביז מען וועט בקרוב ממש זעהן דעם הערליכן בית המדרש לשם ולתפארת לכבוד בית השם.
























bottom of page