דינסטאג פ' חקת בלק - ח' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: איתי קצב, מלכות ויזניץ בטלגרם
נעכטן נאכמיטאג האט מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א מופיע געווען בהדרת קדשו בשערי העיר אלעד אפצונעמען די נדרים ונדבות וואס די יונגעלייט האבן זיך אינטערגענימען לטובת השלמת בנין בית המדרש המרכזי 'צמח צדיק' וויז'ניץ אין שטאט וואס שטייט אין שפיץ פון בנו הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אב"ד וויזניץ אלעד.
די רבי איז אנגעקומען קיין קרית ויזניץ אין אלעד ווי עס האבן אפגעווארט די ילדי החמד און א גרויסע ציבור חסידים אין שפיץ פונעם מנכ"ל המוסדות הרב חיים מאיר כץ.
דאן האט די רבי א לענגערע צייט אויפגענימען די חסידים וועלכע האבן איבערגעגעבן זייער התחייבות פון פינעף טויזנט דאללער און העכער לטובת די נייע בית מדרש, ווי די רבי האט יעדער אנגעוואונטשן בברכות לרוב בצהלת פנים. שפעטער בשעת די שיעורי תורה ברבים איז די רבי געזעצן אין בית מדרש און עוסק געווען בלימוד אינעם ספר הקדוש 'אמרי נועם' לרגל די הילולא קדישא, נאך קבלת קהל האט די רבי געדאווענט מעריב און ארויס אויף קידוש לבנה אין חצר פון בית מדרש.
נאך קידוש לבנה האט די רבי אפגעראכטן א מסיבת לחיים לרגל די הילולא קדישא פון זקנו הרה"ק בעל אמרי נועם מדזיקוב זי"ע, די רבי משמיע געווען דברות קודש, אין בראשית דבריו ארומגערעט בשבח הקהילה און די חשובע יונגעלייט וועלכע האבן זיך אנגעשטרענגט יותר מכפי יכלתם און בייגעשטייערט גרעסערע סכומים פארן אויפבוי פונעם נייעם ביהמ''ד.
דערנאך האט די רבי משמיע געווען דברי הדרכה איבער אחדות ואהבת חברים און שטארק ארומגערעט בגנות המחלוקת, אין מיט גאר שארפע דברי מחאה ארויסגעטראטן קעגן דעם אינצידענט וואס האט פאסירט ביים שבע ברכות אין די קהילה פארלאפענעם וואך, און שטארק אראפגעריסן די מעשים און פארדאמט דאס פארשעמען א צווייטן אין זיך דערווייטערן פון מחלוקת.
בסיום דבריו האט די רבי געבעטן אז די אלע וואס האבן נאכנישט אריינגעברענגט די התחייבות לטובת דער בית מדרש זאלן נאך זעהן אריינצוברענגען די סכומים אין די קומעדיגע טעג נאך איידער די רבי לאזט זיך ארויס אויף אפרוה, אוןמסיים געווען בברכות לרוב לכל הקהל הקודש.
נאך די דברות קודש האט מען געזינגען חדש עלינו את החודש הזה, און א דזיקוב'ער ניגון, נאכן מסיבת לחיים האט די רבי שפאצירט ברחובות הקריה צום שטוב פון הרה"ג רבי שלמה צבי גרינבערגער רב דקהילת 'אהבת שלום' אין אלעד, זוהן פון הרה"ג ר' שאול גרינבערגער משמש בקודש, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאנטניא שליט"א, ווי עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות לרגל שמחת נישואי בנו למזל טוב, די רבי האט געזאגט די שבע ברכות און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די חתן און מחותנים.
Comments